top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סדר לימוד עשר שעות אין חצה''ק נדבורנה ירושלים אלס פאסיגע הכנה לקראת חג הפסח

  • 24 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' צו • ו' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג, ר"ח ניסן – ביום שנטל בו עשר עטרות – איז אין חצר הקודש נדבורנה ירושלים פארגעקומען א סדר לימוד עשר שעות רצופות, כתקנת קדשו פון הרה"ק בעל הבאר יעקב מנדבורנה זי"ע, אלס הכנה לקראת יו"ט פסח הבעל"ט.


דער בית המדרש הגדול אין ירושלים איז געווען פול עד אפס מקום, און פון יעדן ווינקל האט מען געהערט דעם קול התורה פון הוויות אביי ורבא. דער ציבור איז באשטאנען פון זקנים, בעלי בתים אברכים, בחורי חמד, און אפילו ילדי החסידות, וועלכע זענען געזעצן און געלערנט שעות על גבי שעות.


במשך דעם סדר איז דער רבי שליט"א זעלבסט געזעצן און געלערנט מיט זיין חברותא קבועה, און פון צייט צו צייט איז ער ארומגעגאנגען און מחזק געווען די לומדים.


בין גברא לגברא האט מען געהערט דברי הכנה צום יום טוב פון כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, וועלכער האט זייער אויסגערימט די קהילה הקדושה און בפרט דעם גרויסן ענין פון אזא סדר לימוד. אזוי אויך האט אויפגערטעטן בהלכות החג הרה"ג ר' אהרן דירנפעלד שליט"א, ראש כולל עיון דבעלזא.


ביים סוף פונעם סדר לימוד האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, און שטארק משבח געווען די לומדים, וואס אפילו אין די פארנומענע טעג פון ערב יו"ט און אין אזעלכע שווערע צייטן פון מלחמה, האט מען דא געשפירט ממש א טעם גן עדן, ווען מען האט פארגעסן פון אלע הבלי עולם הזה.


דער רבי שליט"א האט מסיים געווען מיט ווארעמע ברכות, און דערנאך זענען אלע משתתפים אריבער מקבל זיין געבענטשטע וויין פונעם רבי'ן שליט"א לכבוד ליל התקדש החג.



תגובות


bottom of page