שיכון סקווירא צהלה ושמחה: אלפי חסידי סקווירא מיטגעלעבט געהויבענעם שמחת נישואין בחצר הקודש
- 19 במרץ
- זמן קריאה 4 דקות
דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלום שווארץ, שראלי ב., ניסן ב.,JDN
אלפי חסידי סקווירא האבן פארלאפענעם וואך מיטגעלעבט די געהויבענע שמחת בית צדיקים, די חתונה פונעם חתן בנן של קדושים הרב שמעון בנו חורגו פון הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאלאשיץ שליט"א מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ רבי ישראל האגער שליט"א, זון פון כ"ק הגה"צ בעל אור שלום מוויזניץ זצ"ל, און אן איידעם ביי הגה"צ גאב"ד פאלטישאן זצ"ל, די שמחה איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אינעם ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא.
נאכמיטאג האט דער סקווירא שטעטל באקומען א יו"ט'דיגע צורה מיט די טויזנטער חסידים וואס האבן געשטראמט צום ביהמ"ד הגדול מיטצוהאלטן די שמחה הגדולה, ארום פינעף דרייסיג איז דער ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ערשינען מיטן חתן און מחותנים צום קבלת פנים ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות, און מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן דער מחותן מצד החתן, הרה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א, אבד"ק וויזניץ אלעד, וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן פון ארץ ישראל לכבוד די שמחה.
נאכ'ן אנטון די מלבושים פארן חתן, איז מען אריבער צום באדעקן אינעם אלטן ביהמ"ד, און פון דארט צום מעמד החופה אויפן גרויסן באדן פארנט פון ביהמ"ד הגדול וואס איז געווען שווארץ פון די אלפי המשתתפים וועלכע האבן געזינגען די ניגוני התעוררות ודביקות.
מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער ראש בית אב, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אלס עדי קידושין האבן געדינט הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א, ראב"ד סקווירא, און הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א, דומ"ץ שיכון סקווירא, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער זיידע פונעם חתן הרב וועלוול שלעזינגער שליט"א פון בארא פארק, און מיט די ברכות ראשונות דער זיידע פונעם חתן כ"ק אדמו"ר מקאלאשיץ שליט"א, מיט ברכה אחריתה איז מכובד געווארן דער פעטער מצד הכלה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א, נאכ'ן חופה האט דער סקווערער רבי מאציל געווען מברכת קדשו פאר'ן גאנצן ציבור הנאספים.
ביים מעמד החופה האט זיך אויך משתתף געווען דער געהויבענער פעטער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
נאך תפילת מעריב בביתו נאווה קודש, איז דער רבי אריבערגעפארן צום זאל פון "עטרת טשארנא" וואו עס איז פארגעקומען די חתונה פאר די פרויען, וואונטשן מזל טוב פארן חתן וכלה אין יחוד שטוב.
דערנאך איז דער רבי ערשינען אינעם גרויסן ביהמ"ד לקול תרועת השמחה פון די טויזנטער חסידים וואס האבן אויסגעבראכן אין פייערליכע ריקודין פאר איבער א האלבע שעה, טאנצנדיג אויף א רייע לעבעדיגע פרייליכע ניגונים, אריינגערעכענט עטליכע ניגונים מאוצרו הטוב פונעם באקאנטן חזן הרה"ח ר' יום טוב ערליך ע"ה, וואס איז א זיידע ביי די שמחה.
בעפאר'ן זיך וואשן צום סעודה, זענען צוגעקומען צום רבי'ן דער קאנגרעסמאן מייק לאולער צוזאמען מיט'ן מעיאר פון שיכון סקווירא, ר' ישראל משה שפיטצער און דער אסעמבלימאן ר' אהרן בנציון ווידער ערהאלטן ברכת הקודש.
במשך די סעודה האט מען געזינגען ווארימע ניגונים און שפעטער ביים טאנצן האבן זיך מאסן חסידים געשלענגעלט צו וואונטשן לחיים און מזל טוב פאר'ן רבי'ן שליט"א און די מחותנים, בעת די בחורי חמד און די בני המשפחה טאנצן אין צענטער פון ביהמ"ד בריקודין עילאין זיך מיטפרייעדניג בעת משוש ובעידן חדוותא.
די שמחה איז באשיינט געווארן דורך א רייע אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה, צווישן זיי די פעטערס האדמורי"ם לבית וויזניץ פון מאנסי, וויליאמסבורג, ירושלים און בארא פארק, ביקסאד, קאסאני, שאץ, זלאטיפאלי, בית יצחק ספינקא, טבא דשמואל ספינקא, גארליץ, אבד"ק קראלי מאנסי, הרבנים מפאלטישאן, סאווראן און שאפראן.
אויך האבן זיך משתתף געווען האדמורי"ם מראחמיסטריווקא פון בארא פארק, מאנסי און ספרינג וואלי, סקולען מאנסי, סקווירא מאנסי, בארניב, זוועהיל ארה"ב, סקווירא פון בארא פארק, לויעוו טשערנאביל פארשעי, אונגוואר, נדבורנא לינסק, סערט וויזניץ לעיקוואד, קאלושין מאנסי, באניא, ראדזין און זלאטשוב מאנסי.
הרבנים הגאונים הצדיקים גאב"ד סאטמאר מאנסי, אבד"ק סאטמאר מאנסי, הרה"צ רבי דוד דוב דושינסקיא און הרה"צ רבי ברוך טייטלבוים בני האדמו"ר מסאטמאר, הגה"צ חיים דוד וואקסמאן דומ"ץ באבוב מאנסי חתן האדמו"ר מבאבוב, הרה"צ חיים מאיר האגער בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, אבד"ק באבוב 45 מאנסי, אבד"ק וויזניץ אלעד, הרבנים מסלאנים מאנסי, חאנטשין, שרגא המאיר מאנסי, מאגרוב און הגאון רבי שלום גרין שליט"א ראש ישיבה דמאנסי.
נאך א קורצע הפסקה כחצות הלילה, איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אינעם ביהמ"ד, הרה"ח ר' אהרן בער ראטה הי"ו האט אויסגערופן דרשה געשאנק. מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן דער עלטער-פעטער פון די כלה, כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א מיט די ברכות ראשונות איז מכובד געווארן דער פעטער הגה"צ רבי יצחק שטיין שליט"א, ראב"ד פאלטישאן, און מיט ברכה אחריתה דער פעטער פונעם חתן, כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א פון בארא פארק.
.
דער בדחנא דמלכא הרה"ח ר' יחיאל מיכל אייזנבערג הי"ו האט דערנאך אויפגערופן צו די מצווה טענץ, אנגעהויבן מיט דער זיידע כ"ק אדמו"ר מקאלאשיץ שליט"א, דער עלטער-פעטער פונעם כלה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, דער זיידע הרב וועלוול שלעזינגער, דער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א, דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, די פעטערס הרבנים לבית משפחת שטיין מפאלטישאן, דערנאך דער אבי הכלה הרה"צ רבי ישראל האגער שליט"א, און אבי החתן הרב דוד שלעזינגער שליט"א פון לאנדאן.
דערנאך האט מען אויפגערופן דעם מחותן הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א, ווען בתוך דבריו האט דער בדחן דערמאנט מיט גרויס התרגשות דעם יארצייט פון זיין זיידן הרה"ק בעל "ישועות משה" מוויזניץ זצ"ל, וואס איז אויסגעפאלן בו ביום כ' אדר, נאך זיין ריקוד איז דער סקווערער רבי אריין אינעם רינג טאנצן מיט די בני המשפחה.
דערנאך איז מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט, ווען מען האט אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א מיט'ן ניגון "הזכירו", רעדנדיג מיט גרויס כיסופין פון די הייליגע אבות הקדושים וואס זענען זיך משתתף ביי די שמחה, במשך די חרוזין איז דער רבי געווען איינגעהילט אין גרויס התרגשות און בכיות, און האט דערנאך אפגעראכטן די ריקודין לפני הכלה מיט א פלאם פייערדיגע עבודה וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור, דערנאך איז דער רבי געטאנצן מיט די חתן, מחותנים און בני משפחת המלוכה, דער רבי האט זיך אראפגעזעצט און ווייטער מעודד געווען די ריקודין ווען מען האט געזינגען דעם ניגון 'טוב להודות' מיט גרויס שמחה, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן מזל טוב פארן חתן, כלה און מחותנים, און די חתונה האט זיך געשלאסן ארום דריי אזייגער פארטאגס.



















































תגובות