top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאיאן רעכט אפ ביקור הוקרה ביי האד' מבעלזא אינמיטן די חתונה פון אן אייניקל בבנין ביהמ"ד הגדול בעלזא

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

נעכטן נאכט בשעת די חתונה הגדולה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די "גרויסע שטוב" אין בנין ביהמ"ד הגדול בעלזא אין ירושלים, איז דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א ארויף אויף א באזוך בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.


דער באיאנער רבי איז ארויס פון די חתונה אויף א קורצע הפסקה, נאכ'ן בענטשן, בשעת'ן צוגרייטן דעם היכל צום מצוה-טאנץ, און תיכף ביים אנקומען צום בעלזער רב שליט"א האט ער פון טיפן הארצן באדאנקט און אפגעגעבן א הערצליכע יישר כח פאר'ן בעלזער רב וואס איז צוגעשטאנען מיט אזא ווארעמקייט און גאסטפריינטליכקייט בעת צר, ווען די חתונה האט אין די לעצטע מינוט נישט געקענט פארקומען אינםע באיאנער ביהמ"ד, נאכ'ן ווערן באטראפן פון א שרויפנעל פון אן איראנע מיסיל.


דער בעלזער רב האט זיך פאראינטערעסירט איבער די שרויפנעל וואס איז געפאלן, און איבער די גרויסע נסים וואס איז געשען אז ס'איז ב"ה נישט געווען קיין מענטשליך געשעדיגטע, און די רבי'ס האבן ארומגערעדט איבער די ניסים והשגחת ה' וואס מ'זעט עין בעין אין די יעצטיגע שווערע תקופה.


דער בעלזער רב האט אויסגעפירט אז דאס איז נישט גענוג, מ'איז שוין גענוג צייט געווען אין גלות און זיך געפלאגט, מיר ווארטן אויף די גרויסע ישועה בביאת משיח.


דער באיאנער רבי האט געבעטן רשות אנצוהייבן א בעלזער ניגון, און ס'איז געווען א מחזה הוד ווי די רבי'ס האבן זיך אנגעכאפט און אינאיינעם געטאנצט על מקומם א שטיקל וויילע.


דער בעלזער רב האט דערנאך מכבד געווען דעם באיאנער רבי'ן צו טרונקען לחיים, און גאר ווארעם געוואונטשן לכבוד די שמחה, און די רבי'ס האבן זיך געשיידט מיט ברכות לרוב.


שפעטער ביינאכט נאכן באיאנער רבינס מצוה טאנץ, האט דער רבי משמיע געווען רירנדע דברות קודש און אפגעגעבן א ברכת יישר כח פאר ק"ק בעלזא המעטירה, און געוואונטשן דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. דער רבי האט ארויסגעהויבן לשבח פון די בעלזער קהלה וואס האט צוגעשטעלט די שמחה אויף אזא שיינעם פארנעם און אויך באדאנקט די היימישע באיאנער עסקנים וואס האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות אז די שמחה זאל קענען געפראוועט ווערן על צד היותר טוב.



תגובות


bottom of page