top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינער מעמד הכנסת ספר תורה לזכרו פון כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל בעל עמק התשובה

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

מאסן תושבי בארא פארק האבן פארלאפענע וואך דאנערשטאג זיך מיטגעפריידט ביים געהויבענעם שמחת "הכנסת ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן לזכרו פונעם עמוד ההוראה כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל בעל עמק התשובה, און איז אריינגעגעבן געווארן ביום ההילולא כ"ג אדר, זייענדיג מעלה זכרונו של אותו גאון ופוסק אויף אזא געהויבענעם שטייגער.


מיט צוויי יאר צוריק, לרגל די דריטע הילולא פון גאב"ד קארלסבורג זצ"ל האט מען אנגעהויבן צו שרייבן די נייע ספר תורה, צו וועלכן עס האבן תורם געווען די חשוב'ע תלמידים ומוקירי זכרו פונעם רב זצ"ל, שפירנדיג פאר א זכי' מנציח צו זיין זכרו הבהיר מתוך דברי תורה.


אצינד איז די ספר תורה פארענדיגט געווארן, און דאנערשטאג ביום ההילולא האבן פילצאליגע אידן זיך פארזאמלט צום שטוב פון הרה"ג רבי אלחנן ראטה שליט"א בן הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א ונכד בעל ההילולא, דער רוח החיים פון דעם כתיבת ספר תורה. דארט האט מען גומר געווען די כתיבת האותיות, און נאכן פראווען די ריקודין של שמחה דארט אין שטוב, איז די ספר תורה ארויסגעפירט געווארן לרחובה של עיר דורך הגאון גאב"ד וואלקאן שליט"א תלמיד מובהק פונעם רב זצ"ל.


אונטער די הערליך-באצירטע חופה איז די ספר תורה געפירט געווארן ביז צום קארלסבורגער ביהמ"ד וואו מען האט ממשיך געווען מיט די ריקודין מיט גרויס התלהבות. מיטן אמירת "מזמור לדוד" איז מכובד געווארן הגה"צ דומ"ץ סאטמאר-בארא פארק שליט"א איידעם פונעם רב זצ"ל, און "לדוד מזמור" האט פארגעזאגט הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א.


די סעודה לגומרה של תורה איז אפגעראכטן געווארן צוזאמען מיט די סעודת הילולא אין די זאלן פון עטרת חי', וואו מ'האט מעלה געווען זכרונו של צדיק, ביי די דרשות ודברי תורה פון הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א ואחיו הרה"ג רבי יצחק אייזיק שליט"א אבדק"ק בית יחזקאל אין מאנסי.


אין טאג פון די הילולא האבן די תלמידים און בני משפחה פון ארה"ק פוקד געווען מקום מנוחתו אין אתרא קדישא מירון, און מען האט מתפלל געווען בזכותו הגדול.



תגובות


bottom of page