top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בן האד' מגור באזוכט אינעם ישוב דחסידי גור אין ערד נאך איראנער מיסיל אטאקע

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

היינט נאכמיטאג אויפצומארגנס פונעם איראנער מיסיל אטאקע אויף דער שטאט ערד וואס האט באטראפן דעם ישוב דחסידי גור פירנדיג צו צענדליגער פארוואונדעטע ה"י און גאר שווערע שאדנס, איז הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך בשליחות הקודש אין שטאט ערד, וואו ער האט זיך אומגעקוקט אויף די שרעקליכע דעסטרוקציע און איז געזעצן אויף אן אסיפה מיט די עסקנים אויפן ארט וועלכע ארבעטן רונדע דעם זייגער צו באגלייטן די חסידים וועלכע דארפן צוקומען צו פיזישע און גייסטישע הילף, און באזונדער האט מען דורכגעטון פארשידענע פלענער צו פלאצירן די צענדליגער משפחות וואס זענען געבליבן אן א דאך איבערן קאפ אלס רעזולטאט פונעם אטאקע.


פון דארט וועט הרב נחמיה ארויסצופארן צו די סורוקה שפיטאל אין באר שבע נישט ווייט פון ערד וואו ער וועט מבקר חולה זיין די היימישע גערער חסידים וואס זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אריינגערעכנט עטליכע אין אן ערנסטע צושטאנד.


אין אנדערע נייעס איז היינט אפגעהאלטן געווארן א טעלעפאנישע געשפרעך צווישן דעם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו און דעם גערער רבינס זון הרה"צ רבי נחמיה שליט"א וואו מען באהאנדלט דער סיטואציע אין ערד.


גלייכצייטיג איז בהוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א געלאזט געווארן אין גאנג א מגבית דחופה צווישן חסידי גור ברחבי תבל מיטן נאמען "קרן להצלת המשפחות בערד" ארויסצוהעלפן די אינגעלייט וועלכע זענען באטראפן געווארן אין די נעכטיגע אטאקע און זענען פארבליבן בעירום ובחוסר כל. דאס קומט אויפן פערזענליכן אינציאטיוו פונעם גערער רבי'ן וועלכער האט היינט געלאזט רופן הרב יונתן בורנשטיין מנכ"ל איחוד מוסדות גור, און אים באאויפטראגט צו מסדר זיין די אלע משפחות וואס זענען פארבליבן אן קיין דירה, בגדים, כלים א.א.וו., בפרט שטיייענדיג הארט בעפאר דעם יום טוב פסח זאל מען זעהן איינצורישן די אלע משפחות מיט אלע צרכי יום טוב.


אין א טעלעפאנישע מודעה וואס איז ארויסגעשיקט געווארן דורך הרב יצחק מאיר טאומאן מזכיר בית כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א זענען די טויזנטער חסידים פארבעטן געווארן צוצולייגן א האנט בגוף ובממון יעדער כפי יכולתו, כדי אז די משפחות זאלן קענען פראווענען דעם יום טוב בשמחה ובטוב לבב.



תגובות


bottom of page