top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד לחיים במעונו פון כקש"ת הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א לרגל ערשיינונג פון ספרו החדש אודיע אמונתך - פסח

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

א הערליכע מעמד לחיים איז פארגעקומען דעם מוצש"ק בביתו נאווה קודש פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין עיר הקודש ירושלים, לרגל די הוצאה לאור פון ספרו החדש "אודיע אמונתך" אויף חג הפסח ארויסגעגעבן דורך נכדו חביבו ונאמן ביתו הרה"ג רבי יוסף דוד שעכטער שליט"א.


דער ספר "אודיע אמונתך" אויף חג הפסח, איז מלוקט פון די שיעורים נפלאים וואס דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן בשנים קדמוניות, און ווערט יעצט ארויסגעגעבן מועד במועדו אויף א קלארן און מסודר'ן אופן, א גרויס טייל דערפון אויפן ארגינעלן אידישער שפראך וואו עס איז איבערגעגעבן בלשונו הזהב פונעם רב שליט"א.


ווען מען האט געהאלטן ביים ארויסגעבן דעם ספר נאך לאנגע חדשים פון יגיעה עצומה האבן זיך אריינגעלייגט די בארימטער מכון "עוז והדר", וואס האט באגלייט דעם גאנצן פראצעדור ביז דער ספר אין ארויס פון דרוק אין א מזל'דיגע שעה.


אנהייב פונעם מעמד האט אויפגעטראטן הגה"ח רבי מענדל פאמעראנץ שליט"א נשיא וראש מכון עוז והדר, ווי ער האט ארומגערעדט מיט התעפלות פון די שיעורים און ספרים פונעם רב שליט"א וואס זענען מלא תורה וחיזוק, נאכדעם האט גערעט הרה"ג רבי יוסף דוד שכטער שליט"א ווי ער האט ארויסגעגעבן א שבח והודאה צום אויבערשטן צו זיין א חלק און די הייליגע ספרים וואס טוט פארשפרייטן אמונה איבער די וועלט, צום שלוס פונעם מעמד האט די רב שליט"א משמיע געווען דברים נרגשים לכבוד המאורע באגלייט מיט קורצע דברת קודש הכנה לליל התקדש חג, און דברי ברכה פאר אלע עוזרים ומסייעים אין די מלאכת הקודש. נאכן מעמד האט זיך דער רב שליט"א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד, להודות ולהלל, און פארטיילט די נייע ספר פאר אלע משתתפים מיט א קענטיגע התרגשות.



תגובות


bottom of page