top of page
דאפלטער שמחה ביי חתונה פון החתן בן זקונים פון האד' מסקווירא מב"פ מיט הכלה בת אחיו הרה"צ ר' פנחס טווערסקי שליט"א
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בקול צהלה ורינה איז דעם פארלאפענעם דאנערשטאג לך לך געפראוועט געווארן די שמחת החתונה פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מב"פ, מיט הכלה בת אחיו הרה"צ ר' פינחס טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל מב"פ און איידעם ביי הרה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א מטריסק. די מעמד קבלת פנים איז פארגעקומען אין די זאלן פון אנשי ספרד, ווי מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות און בדחנא דמלכא העסקן ר' יונתן שווארץ האט אויפגעטראטן מיט דברי כיבושין


מעמד קביעת מזוזה אין די נייע חידושפולע האלסעיל געשעפט מאטי'ס - מיטיב אין מאנסי בראשות אדמור"י ורבני העיר
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


הרחיבי מקום אהלך: נייע קהילה דחסידי קארלין סטאלין אין האוועל ניו דזשערזי נעבן לעיקוואד
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין האוועל ניו דזשערזי נעבן לעיקוואד איז אין די יעצטיגער וואכן געגרינדעט געווארן א נייע קהילה דחסידי קארלין סטאלין, אלס אן אפצווייג פון די קהילה הקדושה קארלין סטאלין אינעם דערנעבנדיגער עיר התורה לעיקוואד. נאך וואס עטליכע און צוואנציג היימישע משפחות האבן זיך ארויסגעצויגן קיין האוועל, בברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וועלכער האט זיך נאכגעפרעגט אויף אלע דעטאלן און אנגעוויזן א רייע מיט הדרכות און הוראות פאר'ן נייעם


חבורת בחורים דק"ק וויען פייערן סיום ספה"ק מאור ושמש והתחלת לימוד ספה"ק סידורו של שבת
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די בחורי חמד, תלמידים און חסידים פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די "חבורת בחורים", האבן מיט גרויס התרגשות געפייערט דעם סיום ספר הקודש מאור ושמש און די התחלה פון ספר הקודש סידורו של שבת, ביים גרויסן מעמד וואס איז אפגעראכטן געווארן מוצאי שבת קודש לך, מחזק צו זיין דער לימוד ספרי חסידות אויף א געהויבענעם שטייגער. די חבורה פון די וויענער בחורים גייט אן שוין א לענגערע צייט, ווען די בחורים הערן כסדר דברי חיזו


מעמד הודאה בחצה"ק קרעטשניף י-ם לרגל יום ההצלה פון אדמור"י בית קרעטשניף נאך שרעקליכן קאר עקסידענט
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער דעם דאנערשטאג העעל"ט איז אפגעהאלטן געווארן די מעמד הודאה בחצר הקודש קרעטשניף י-ם, לרגל דעם יום ההצלה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקרעטשניף זצוק"ל און להבלחט"א בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף י-ם שליט"א. דער יום ההצלה איז אפגעצייכנט געווארן זעכציג יאר דערנאך וואס דער רבי זצוק"ל און זיין זוהן, דער רבי שליט"א, זענען אינעם טאג ט"ז חשון שנת תשכ"ו אדורך א שווערן עקסידענט, בשעת זיי זענען געווען אויפן וועג פון קרית


יכנס בן אצל אביו: האד' מטשערנאביל ביים עלייה לציון אביו כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצוק"ל ערב ההילולא
מוצאי שב"ק פ' וירא • י"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם ערב שבת איז כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א ארויף צום ציון הק' פון אביו כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצוק"ל בראש קהל חסידיו, לרגל די הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן שב"ק י"ז חשון. אלס שליח ציבור האט געדינט דעם רבינס ברודער הרה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי אבד"ק טשערנאביל אלעד. דורכאויס שבת האט די רבי געדאווענט די תפילות פארן עמוד און געזאגט די קדישים לכבוד די יארצייט, מוצאי שבת האט דער רבי אפגעראכטן די סעודת ה


מעמד פתיחת הזמן אין "תורת צבי דספינקא" אין שפיץ פון נשיא הישיבה האד' מתולדות צבי ד'ספינקא
דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די תלמידי הישיבה "תורת צבי דספינקא" האבן דעם פארגאנגענעם וואך מקבל פנים געווען דעם מייסד ונשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א, וועלכער איז אריבערגעקומען אין ישיבה לרגל דער מעמד פתיחת הזמן און די שמחת הנחת תפילין פאר'ן אייניקל, בן בנו הרה"צ ר' יוסף מאיר הורוויץ שליט"א. מאנטאג צופרי איז דער רבי אנגעקומען אינעם היכל הישיבה אין טשעסטער בגלילות קרית יואל, וואו עס זענען געווען פארזאמלט די תלמידי ישיבה קטנה און תלמידי י


פייערליכער שטימונג אין לינדען צום פתיחת השערים פון נייעם ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר
דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארלאפענעם שב"ק לך לך, האבן הונדערטער סאטמארער חסידים אין שטאט לינדען געפראוועט מיט גרויס פרייד די עפענונג פונעם נייעם ביהמ"ד דקהל יטב לב אין שטאט, וואס איז געעפנט געווארן אויף דעם שב"ק כליל בהדרו מיט אלע צוגעהערן. דער הערליכער ביהמ"ד איז געבויט געווארן דורכאויס די פארגאנגענע תקופה, ווען נגידי סאטמאר האבן זיך געלאזט קאסטן גרויסע סכומים צו קענען פינאנצירן דעם בוי פראיעקט און אהערשטעלן דעם פראכטפולן ביהמ"ד לשם ולתפארת. אין ש


יהדות "ניו יארק" איז מקבל פנים האד' מקהל חסידי ירושלים; שבת התרוממות די וואך פ' וירא אינעם רייכן "המספיק רעזארט"
דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש יהדות ניו יארק לבשי בגדי תפארתך כי בא אורח: שטורמישע געפילן נעמט ארום דאס יהדות החרדות אין ניו יארק, האבנדיג די זכיה צו אנטפאנגען את פני הקודש פונעם גרויסן גאסט פון ארצינו הקדושה, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א מגדולי מנהיגי יהדות הצרופה בעיר השם שמה, וועלכער האט די וואך געגרייכט די ניו יארקער באדן אויף א געהויבענע נסיעה, אויפצוטרייבן גרויסע געלטער למען החזקת מוסדותיו הקדושים על טהרת הקודש אין ירושלים עיר הקודש און צו או


פײערליכע הכנס"ת צום בית הכנסת אין די “נובי ווישקי” געגענט אין מאסקאווע בנשיאות הגאון ר' בערל לאזאר שליט"א
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


געהויבענעם מסע התעוררות דורך האד' מסאסוב קיין אייראפע אינאיינעם מיט נגידי החסידות
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א גאר געהויבענער מסע התעוררות צו די קברי אבות אין אונגארין אין ראמעניע, איז אפגעהאלטן געווארן דורך כ''ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, אינאיינעם מיט א געקליבענע צאל נגידים ותומכים פונעם רבינס פריוואטער קופה "קשר של קיימא", וועלכע האבן אין די לעצטערע פאר יאר בייגעשטייערט ריזיגע סומעס לטובת די מפעלי הצדקה והחסד בנשיאותו פונעם סאסובער רבי'ן און האבן גענומען א חלק אין די פרישע הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן בקרב הקהילה. די געהויבענע איין-טאגיג


הערליכער "מעמד פתיחת השערים" צום ערשטער זמן החורף אינעם ניי–געגרינדעטן "מתיבתא תורה ויראה" ד'סאטמאר
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א גאר דערהויבענע מעמד התחלת הזמן ופתיחת הישיבה איז אפגעראכטן געווארן דעם דאנערשטאג נאכמיטאג אינעם ניי-געגרינדעטע "מתיבתא תורה ויראה" ד'סאטמאר וואס האט נארוואָס געעפענט די טויערן אין א פראכפטולע לאקאל אין שטאט מאנסי. ווי ברייט באריטעט דעם זומער האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מייסד געווען די נייע "מתיבתא תורה ויראה" געאייגנט אלס מקום תורה מיט א ספעציעלער מסגרת פאר די מער עלטערע בחורים יוצאי ישיבה גדולה ד'סאטמאר, נאכן משלים זיין ז


המתקת הדינים: סדר הקפות מיט לולב און אתרוג אין מירון לרפואת האד' מתולדות אברהם יצחק
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין ליכט פון די ערנסטע מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א זענען א גראפע חסידים היינט ארויסגעפארן קיין אתרא קדישא מירון, וואו זיי האבן אפגעהאלטן א ספעציעלע מעמד ביים ציון הקדוש פון דער תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי ווי זיי האבן געזאגט תפילות מיט ספעציעלע כוונות, און געמאכט זיבן הקפות ארום דעם ציון מיט לולבים און אתרוגים און דערביי געזאגט דעם ספעציעל באשטימטן סדר ההושענות. די מקור פון דעם מנהג על פי תורת הנסתר,


חסידי ומעריצי זוטשקא אין געהויבענע שטימונג מיט באנייאונג פון היכל ביהמ"ד החדש זוטשקא אין בני ברק
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרוממות הנפש האבן פילע זוטשקא חסידים און אוהדים, און תושבי בני ברק בפרט מיטגעלעבט א געהויבענע ירח האיתנים חודש תשרי אינעם פראכטפולן פארגרעסטערן היכל בית המדרש הגדול והחדש זוטשקא אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק. אין די לעצטע זעקס יאר זינט וואס דער זוטשקא רבי שליט"א האט ממלא געווען דעם כס האדמורו"ת פון מר אביו הגדול זצ"ל, איז שוין דאס פלאץ באקאנט אלס אן אבן שואבת לכל דורש ומבקש, ווען הונדערטער חסידים ואנשי מעשה זענען


ניחום אבלים ביי הרבנים בני הגה"צ גאב"ד ראדאמישלא ביתר זצ"ל | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN


שלוחו כמותו: קורצער באזוך דורך הרה"צ ר' נחמיה אלתר שליט"א אין ניו יארק בשליחות אביו האד' מגור
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענעם וואך האט הרה"צ ר' נחמיה אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א געלאנדעט אויף א קורצע באזוך אין ניו יארק, מנחם אבל צו זיין ביי הרבני הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יושב ראש אגודת ישראל ד'אמעריקא וחבר נשיאות איחוד מוסדות גור, בשליחות הקודש פון מר אביו הגדול. דורכאויס זונטאג און מאנטאג האט ער באזוכט אין די מוסדות התורה והחינוך דחסידי גור אין בארא פארק, אריינגערעכנט די חדר אמרי אמת, מתיבתא און ישיבה גבוהה וואו


האד' מסקווירא מב"פ באזוכט בבתי אדמור"ים ברחני ניו יארק אין בעפארברייטונג צום חתונה במעונו | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


פרייליכע שמחת הפארשפיל אין לעלובער הויפן; הכנה דרבה צו חתונה הגדולה בעיר הבירה לאנדאן
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר אין עיר הבירה לאנדאן גרייט מען זיך צו די גרויסער לעלובער חתונה וואס וועט וועט פאראייניגן ביידע לעלובער הויפן אין ארץ ישראל, און גלייכצייטיג מקבל פנים צו זיין כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א און שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א וועלן קומען צופארן קיין לאנדאן לפאר על ראש שמחתם ביי די חתונה פון בשותפות'דיגע אייניקלעך. בשעה טובה וועט גיין אונטער די חופה די חתן א זון פון הרה"צ רבי יעקב יצחק בידערמאן שליט"א,


שמחת התנאים צום שידוך שליסן פון ערשטן אור אייניקל ביי האד' ממאחנובקא בעלזא מיט החתן נכד האד' מנדבורנא י-ם
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די מאחנובקא בעלזער הויף אין בני ברק איז אפגעראכטן געווארן די פרייליכע שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון די עלטסטע אור אייניקל ביים רועה נאמן כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, למזל טוב ובשעה טובה ומוצלחת. די כלה בת קדושים תחי' איז אן אייניקל ביים רבינס עלטסטע איידעם הגה"צ רבי יוסף מאיר מאסקאוויטש דומ"ץ מאחנובקא בעלזא זוהן פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, א טאכטער ביי בנו הגדול הרב ישראל מאסקאוויטש איידעם פון הגה"צ רבי יהושע


האד' מסערט וויזניץ געפראוועט געהויבענעם שבת אין בארא פארק בבית מדרשו פון חתנו האד' מקאסוב
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א געהויבענע שבת קודש איז אפגעראכטן געווארן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אין שטאט בארא פארק, וואס האט געדינט אלס א שבת התאחדות פאר עדת חסידי סערט וויזניץ פון אמעריקא און קאנאדע, ווי הונדערטער געסט פון איבעראל זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת. דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן דעם גאנצן סידורו של שבת אינעם בית המדרש הגדול והחדש קאסוב אין בארא פארק, בנשיאות חתנו חביבו כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א


bottom of page
