top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד פתיחת הזמן אין "תורת צבי דספינקא" אין שפיץ פון נשיא הישיבה האד' מתולדות צבי ד'ספינקא

  • sfbechatzros
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

די תלמידי הישיבה "תורת צבי דספינקא" האבן דעם פארגאנגענעם וואך מקבל פנים געווען דעם מייסד ונשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א, וועלכער איז אריבערגעקומען אין ישיבה לרגל דער מעמד פתיחת הזמן און די שמחת הנחת תפילין פאר'ן אייניקל, בן בנו הרה"צ ר' יוסף מאיר הורוויץ שליט"א.


מאנטאג צופרי איז דער רבי אנגעקומען אינעם היכל הישיבה אין טשעסטער בגלילות קרית יואל, וואו עס זענען געווען פארזאמלט די תלמידי ישיבה קטנה און תלמידי ישיבה גדולה. מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות, דער בר מצוה בחור האט געזאגט דעם לשם יחוד, און דער רבי האט אויסגעטייטשט מלה במלה אויף אידיש. דער רבי האט תפילין געלייגט, און דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען מיט גרויס התלהבות. ביים ליינען האט דער רבי געדינט אלס בעל קורא און עולה געווען שלישי.


אנדערש ווי געווענליך האט דער רבי נישט מעריך געווען א שלחן לחיים זייענדיג שרוי בתענית פון תענית בה"ב. דער רבי האט משמיע די לענגערע דרשת "פתיחת הזמן", פלאם פייערדיגע הדרכות והתחזקות פאר די שנות הבחרות, נאכ'ן מאריך זיין אין דרוש ואגדה, איז דער רבי אריבער צום סדר היום א בחור, ווי אזוי ער דארף זיך פירן בדרך התורה והחסידות, און דערמאנט ווי אזוי בחור דארף זיך לייגן און אויפשטיין פרי, מידת זריזות, מקוה גיין, שמירת הזמנים,תפלה בקול, אוועקשטיין פון טמא'נע כלים און זיין נזהר אין שמירת עינים, דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו, און זיך דאן געזעגענט מיט די תלמידים החביבים.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page