top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יהדות "ניו יארק" איז מקבל פנים האד' מקהל חסידי ירושלים; שבת התרוממות די וואך פ' וירא אינעם רייכן "המספיק רעזארט"

  • sfbechatzros
  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

יהדות ניו יארק לבשי בגדי תפארתך כי בא אורח: שטורמישע געפילן נעמט ארום דאס יהדות החרדות אין ניו יארק, האבנדיג די זכיה צו אנטפאנגען את פני הקודש פונעם גרויסן גאסט פון ארצינו הקדושה, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א מגדולי מנהיגי יהדות הצרופה בעיר השם שמה, וועלכער האט די וואך געגרייכט די ניו יארקער באדן אויף א געהויבענע נסיעה, אויפצוטרייבן גרויסע געלטער למען החזקת מוסדותיו הקדושים על טהרת הקודש אין ירושלים עיר הקודש און צו אויפטרייבן גרויסע סכומים אדירים לטובת די בארימטע "כולל אימפעריע" על טהרת הקודש מיט אירע 500 בני תורה צושפרייט לענגאויס ארץ ישראל, וועלכע זענען זיך ממית באהלו של תורה מן הבוקר עד הערב בעמל ויגיעה מיט א מסירות נפש שאין לשער.


ווי יאר יערליך קומט דער רבי שליט"א צופארן קיין ניו יארק אויף א מסע חיזוק והתחזקות, ווען עס ווערט געגעבן די געלעגנהייט פאר די חסידים דאהי נהנה צו זיין מאורו הגדול ולחזות בנועם זיוו תפארתו, ווען גלייכצייטיג טוען די חסידים ארויסהעלפן דעם רבי'ן טראגן דעם שווערן עול, די מוסדות הקדושים און די שיינע לעכטיגע קהילה על מי מנוחות.


דער רבי האלט זיך אויף די טעג אין ניו יארק אויף די וואך און די קומענדיגע וואך פרשת חיי שרה, ווען אין די צייט וועט דער רבי ארומגיין על פתחי נדיבים וועלכע פארשטייען דעם נחיצת הענין צו שטיצן דעם הייליגן כולל אימפעריע על טהרת הקודש, און זיי ווילן נעמען א חלק אין די החזקת התורה פון די הייליגע מבצרי התורה.


כמידי שנה בשנה קוקן הונדערטער חסידים ואנשי מעשה ארויס צו קענען מיטהאלטן א דערהויבענעם "קארלינער שבת" בראשות פונעם רבי'ן, א שבת וואס איז באקאנט צו זיין פול מיט התרוממות הנפש, בשמחה וחדווה עילאה, ווי עס איז דער שטייגער כנוסח "קארלין". דער שבת וועט געפראוועט ווערן די וואך פ' וירא אין די "המספיק רעזארט" אין די קעטסקילס.


פארגאנגענעם יאר איז געפראוועט געווארן דער שבת אויף א דערהויבענעם פארנעם אינעם "שאלעי האטעל", אויף אן אויסנאם דערהויבענעם פארנעם, וואס איז געבליבן אין זכרון ביי די משתתפים אלס א זעלטן אומפארגעסליכער שבת קודש, און נאכ'ן גרויסן פארלאנגן איז היי יאר געלונגען פאר די עסקנים צו אפדינגען דעם "המספיק רעזארט" וואס איז סטאנציאנירט אין "וואודרידש" אין אפסטעיט ניו יארק, וואס האט די מעלה אז עס איז אפגעזונדערט און פריוואט, און איז צוגעשטעלט מיט אלע הצטרכות וואס פעלט זיך אויס.


די גאנצער שבת פון אנהייב ביז'ן סוף ווערט געפראוועט אויף א גאר דערהויבענעם פארנעם. אנגעהויבן פון דאס דאווענען פרייטאג צונאכטס, וואס כמנהג קארלין ווערט עס אפגעראכטן מיט א פייער און א ברען בקול חוצה להבות אש. דאס פאלגט נאך מיט די דערהויבענע שולחן הטהור ליל שבת קודש וואס האלט אן פאר לאנגע שעה'ן בשירות ותשבחות לקל אשר שבת ברא, און מיט ריקודי קודש דער גאנצער ציבור אינאיינעם עטליכע טפחים העכער דער ערד פאר א לענגערע וויילע, און די דברות קודש פונעם רבי'ן על פרשות השבוע.

כמעשהו בליל שבת קודש כל מעשהו ביום השבת קודש מיט די הייליגע תפילות און סעודת שבת קודש. קורץ נאך די סעודה שטעלט מען זיך דאווענען מנחה און מען וואשט זיך צו שלש סעודות, וואס נעמט אויך א לענגערע וויילע, ווען דער רבי שליט"א איז משמיע דברות קודש ודברי תוכחה בענינים העומדים על הפרק.

שטייענדיג אין די טעג בעפאר דעם געהויבענעם שבת ארבעטן די עסקנים נאכצוקומען דעם פלייץ פון הונדערטער אידן פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס ווילן קומען מיטהאלטן דעם דערהויבענעם היסטארישן "שבת המרומם" און מסדר זיין אלע פרטי השבת על צד היותר טוב.

bottom of page