top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסערט וויזניץ געפראוועט געהויבענעם שבת אין בארא פארק בבית מדרשו פון חתנו האד' מקאסוב

  • sfbechatzros
  • לפני 10 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN

א געהויבענע שבת קודש איז אפגעראכטן געווארן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אין שטאט בארא פארק, וואס האט געדינט אלס א שבת התאחדות פאר עדת חסידי סערט וויזניץ פון אמעריקא און קאנאדע, ווי הונדערטער געסט פון איבעראל זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת.


דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן דעם גאנצן סידורו של שבת אינעם בית המדרש הגדול והחדש קאסוב אין בארא פארק, בנשיאות חתנו חביבו כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, וואס האט בטוב עין איבערגעגעבן זיין ביהמ"ד לכבודו פונעם שווער, און מיטגעהאלטן אלע תפילות און טישן כעבדא קמיה מריה, אן קיין שום גינוני מלכות נאר ווי א פשוטער חסיד לפני רבו. עס איז געווען שטארק בולט די הערצה ווען די רבי'ס האבן זיך מכבד געווען איינער דעם צווייטן מיט פאסיגע כיבודים במשך דעם גאנצן שבת.


דעם רבינס אכסניא איבער שבת איז געווען אין שטוב פון הנגיד ר' יוסף הערצאנו הי"ו. ערב שבת קודש סמוך לזמן כניסת השבת האט דער רבי שליט"א אנגעטוהן די שטריימלעך פאר עטליכע חתנים, צווישן זיי החתן א זוהן פונעם בעל מנגן הר"ר משה ראזענבערג הי"ו, צו וועם דער רבי שליט"א איז ארויסגעפארן ספעציעל קיין אמעריקא זיך צו באטייליגן ביים שמחת החתונה, נאכדעם וואס דער חתן נ"י איז ליידער א יתום.


דערנאך האבן די חסידים באגלייט דעם רבי'ן שליט"א ביז צום בית המדרש.  צו מנחה האט דער רבי שליט"א צוגעשיקט דער בעל שמחה הר"ר משה ראזענבערג הי"ו, און מיט קבלת שבת האט דער רבי שליט"א מכבד געווען זיין איידעם דער קאסובער רבי שליט"א.


נאכן דאווענען האבן זיך געשלענגלט לאנגע רייעס פון הונדערטער אידן און אנשים מכובדים פון שטאט בארא פארק אריבערצוגיין דעם רבי'ן וואונטשן א גוט שבת.


בעת די עריכת שולחן הטהור איז דער בית המדרש געווען איבערגעפילט מקצה אל הקצה מיט הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון איבער די שטאט, ביים טיש האט זיך אויך אנגעזען די השתתפות פון רבני העיר, צווישן אנדערע כ"ק אדמו"ר מבאטשאן שליט"א, הרה"צ ר' דוד האגער שליט"א, הרה"ג ר' אליעזר שטערנבוך שליט"א, און עטליכע קינדער פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל.


דער רבי שליט"א האט מכבד געווען זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א מיט ברכת המזון על הכוס, און דערנאך האט דער רבי פארטיילט  שיריים פון די פירות פאר די ראשי ועסקני ק"ק קאסוב. די טיש האט זיך פארענדיגט ארום האלב איינס אויפדערנאכט.


שבת אינדערפרי האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם איידעם כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א מיט אמירת הברכות, פתיחת הארון, און מיטן עלי' פון שלישי, דער רבי שליט"א זעלבסט האט עולה געווען שישי.


צו תפילת מנחה ושלש סעודות איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען שלא כהרגילו אנגעטוהן מיט די סטראקעס בעקטישטע, לכבודו פון זיין איידעם דער קאסובער רבי שליט"א וועלכע גייט א גאנץ שבת אנגעטוהן מיט די סטראקעס בעקיטשע.


ביי קריאת התורה פון תפלת מנחה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען זיין איידעם מיט הגבהה אויף די ספר תורה.


דערנאך איז אפגעראכטן געווארן די סעודת רעוא דרעוין מיט גרויס דערהויבענקייט און השתפכות הנפש, בעת די תורה האט דער רבי שליט"א שטארק מעורר געווען איבער מקיים זיין מצוות מתוך שמחה, אזוי אויך האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט איבער די שמחה הגדולה במעונו פונעם בעל מנגן הר"ר משה ראזענבערג הי"ו וועלכע מאכט חתונה די וואך.


צו מעריב האט דער רבי שליט"א צוגעשיקט הרה"ג ר' מענדל האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וועלכע האט אויך מיטגעהאלטן סעודות שלישית.


נאך תפלת ערבית איז מען ארויס אויף קידוש לבנה אינדרויסן אויפן גאס, און דערנאך איז דער רבי שליט"א צוריק אריין אין בית המדרש צו הבדלה, נאך הבדלה איז דער גאנצער ציבור אריבער דעם רבי'ן שליט"א צו וואונטשן א גוטע וואך, און דער רבי האט זיך ספעציעל באדאנקט פאר די עסקני חצה"ק קאסוב פארן אהערשטעלן דעם שבת אויף אזא הערליכע פארנעם.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page