top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד הודאה בחצה"ק קרעטשניף י-ם לרגל יום ההצלה פון אדמור"י בית קרעטשניף נאך שרעקליכן קאר עקסידענט

  • sfbechatzros
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער

דעם דאנערשטאג העעל"ט איז אפגעהאלטן געווארן די מעמד הודאה בחצר הקודש קרעטשניף י-ם, לרגל דעם יום ההצלה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקרעטשניף זצוק"ל און להבלחט"א בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף י-ם שליט"א.


דער יום ההצלה איז אפגעצייכנט געווארן זעכציג יאר דערנאך וואס דער רבי זצוק"ל און זיין זוהן, דער רבי שליט"א, זענען אינעם טאג ט"ז חשון שנת תשכ"ו אדורך א שווערן עקסידענט, בשעת זיי זענען געווען אויפן וועג פון קרית אתא קיין חיפה. בחסדי שמים איז דער רבי זצוק"ל ארויס אומבאשעדיגט, און דער רבי שליט"א וועלכע איז געווען אין שפיטאל אין א שווערן צושטאנד פאר א לענגערע תקופה, ביז ער האט זיך שפעטער, בחסדי שמים, גענצליך ערהוילט.


דער קרעטשניפער רבי זצוק"ל האט זינט יענעם טאג צוגעזאגט צו געבן יעדן שבת קודש נאך'ן דאווענען א "קידושא רבה" צו דאנקען דעם בורא עולם אויף די גרויסע ניסים און חסדים, און גלייכצייטיג האט ער איינגעפירט יעדעס יאר אויפן טאג ט"ז חשון די סעודת הודאה ברוב עם הדרת מלך.


ווי שוין באריכטעט, איז דעם פארלאפענעם דאנערשטאג וירא — די נאכט פונעם יום ההצלה — אפגעהאלטן געווארן די סעודת הודאה בראשות פונעם רבי'ן שליט"א, וואס איז היי יאר געפראוועט געווארן ברוב עם הדרת מלך מיט די באטייליגונג פון הונדערטער חסידים פון איבער'ן גאנצן לאנד.


אין לויף פון דער סעודת הודאה זענען געזונגען געווארן ניגוני שמחה והודאה באגלייט מיט מוזיק בשירה וזמרה. בשעתן מעמד האט דער רבי שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש, ארומרעדנדיג מיט דברי הודאה פאר'ן הייליגן באשעפער, אויף די גרויסע חסדים בימים ההם הזמן הזה.


אויפן אויבן אן האבן באשיינט די רבני הקהילה און דעם רבינס קינדער און איידעמער האדמור"ים והרבנים, אינצווישן זיי כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א און כ"ק אדמו"ר מאלעסק ארה"ק שליט"א וואס האט אויפגעטרעטן מיטן משא המעמד איבערן חיוב הודאה וואס ליגט אויף יעדן חסיד באזונדער המקושר לאילנא דחיי.


דערנאף האט דער ציבור זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נפלאים, וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט מיט א געוואַלדיגן התלהבות פון וואס מ'האט זיך שווער געקענט שיידן.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page