המתקת הדינים: סדר הקפות מיט לולב און אתרוג אין מירון לרפואת האד' מתולדות אברהם יצחק
- sfbechatzros
- לפני 10 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין ליכט פון די ערנסטע מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א זענען א גראפע חסידים היינט ארויסגעפארן קיין אתרא קדישא מירון, וואו זיי האבן אפגעהאלטן א ספעציעלע מעמד ביים ציון הקדוש פון דער תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי ווי זיי האבן געזאגט תפילות מיט ספעציעלע כוונות, און געמאכט זיבן הקפות ארום דעם ציון מיט לולבים און אתרוגים און דערביי געזאגט דעם ספעציעל באשטימטן סדר ההושענות. די מקור פון דעם מנהג על פי תורת הנסתר, שטאמט פון די פריערדיגע ספרדישע מקובלים אלס א סגולה להמתקת הדינים, מיטן האפענונג אז דאס זאל ברענען די געוואונטשענע ישועה פארן רבי'ן שליט"א, מרן שמואל יעקב בן יענטא לרפואה שלימה ברמ"ח איבריו ושס"ה גידיו.



