שלוחו כמותו: קורצער באזוך דורך הרה"צ ר' נחמיה אלתר שליט"א אין ניו יארק בשליחות אביו האד' מגור
- sfbechatzros
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
פארלאפענעם וואך האט הרה"צ ר' נחמיה אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א געלאנדעט אויף א קורצע באזוך אין ניו יארק, מנחם אבל צו זיין ביי הרבני הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יושב ראש אגודת ישראל ד'אמעריקא וחבר נשיאות איחוד מוסדות גור, בשליחות הקודש פון מר אביו הגדול.
דורכאויס זונטאג און מאנטאג האט ער באזוכט אין די מוסדות התורה והחינוך דחסידי גור אין בארא פארק, אריינגערעכנט די חדר אמרי אמת, מתיבתא און ישיבה גבוהה וואו ער האט אויפגעטרעטן פאר די תלמידי המוסדות און איבערגעגעבן די ברכת הקודש פון אביו כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א.
מאנטאג אויפדערנאכט איז הרב נחמי' אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, די רבי שליט"א האט איהם אויפגענומען ביותרת הכבוד, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע לענגערע שמועס, בין הדברים האט זיך דער סקווירא רבי אינטערסירט לפרטי פרטים וויאזוי עס איז אריבער די ירח האיתנים בצל כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א און איבער זיין מצב הבריאות בכלליות. הרה"צ ר' נחמיה האט באדאנקט דעם רבי'ן בשליחות אביו פאר די טעלעפאן רוף בשעת זיין דורכגאנג אין בריאות דעם זומער וואס איז געווען א שטארקע חיזוק כלשונו. בין הדברים האט מען אויך ארומגעשמועסט איבערן גזירת הגיוס בארה"ק און נאך פארשידענע ענינים.
הרב נחמיה האט דערלאנגט א הזמנה צו די בעפארשטייענדע חתונה פון א קינד וואס קומט פאר דעם חודש כסליו און די רבי האט מכבד געווען מיט פירות. צום לעצט האט די חשובע גאסט איבערגעגעבן א גריס און אויסגעדרוקט זיין התעפלות נאכן באזוכן אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש ד'שיכון סקווירא און די נייע מקוה טהרה וואו ער איז ארומגעוויזן געווארן דורך העסקן הרב שלום בער פישל הי"ו.
נעכטן אויפדערנאכט נאכן באזוך אין שיכון סקווירא איז הרה"צ ר' נחמיה אלתר שליט"א אנגעקומען צו די פאמאנע געגענט אין מאנסי אויף א באזוך בבית האכסניא פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א בבית הנגיד ר' דוד געפנער הי"ו וואו דער רבי האלט זיך אויף די טעג אויף אפרוה. פון דארט איז ער צוגעפארן קיין קרית יואל אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואו עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס איבער הרה"ק בעל שפת אמת מגור זי"ע, און הרה"צ רבי נחמי' האט אפגענומען ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר דעם חודש כסלו אין ירושלים עיה"ק, דער סאטמארער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און געבעטן צו שיקן א ברכת מזל טוב פאר אביו כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א.







































