top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי ומעריצי זוטשקא אין געהויבענע שטימונג מיט באנייאונג פון היכל ביהמ"ד החדש זוטשקא אין בני ברק

  • sfbechatzros
  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

מיט גרויס התרוממות הנפש האבן פילע זוטשקא חסידים און אוהדים, און תושבי בני ברק בפרט מיטגעלעבט א געהויבענע ירח האיתנים חודש תשרי אינעם פראכטפולן פארגרעסטערן היכל בית המדרש הגדול והחדש זוטשקא אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק.


אין די לעצטע זעקס יאר זינט וואס דער זוטשקא רבי שליט"א האט ממלא געווען דעם כס האדמורו"ת פון מר אביו הגדול זצ"ל, איז שוין דאס פלאץ באקאנט אלס אן אבן שואבת לכל דורש ומבקש, ווען הונדערטער חסידים ואנשי מעשה זענען משכים לפתחו פונעם זוטשקא הויף צו זיך קענען אנווארימען מאורו ביי די געהויבענע תפלות און לעכטיגע טישן, ווארימע שיחות קודש, בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א.


אין די פארלאפענע זומער וואכן זענען די עסקני הקהלה אריין צום רבי'ן שליט"א, און פארגעלייגט אז די ציבור וואקסט קע"ה, און דער ביז יעצטיגער היכל בית המדרש קען שווער פארנעמען דעם גרויסן ציבור הבאים לשמוע את דבר ה', דעריבער מוז מען אויפקומען מיט א פאסיגע פלאן, עכ"פ פאר צייטווייליג, וואס זאל שוין זיין גילטיג אויפן ירח האיתנים חודש תשרי, צו קענען אפרעכטן די געהויבענע תפלות און טישן מיט הרחבת הדעת אן קיין ענגשאפט.


בפקודת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א האט מען בליץ שנעל אויפגעשטעלט א צייטווייליגע היכל הגדול אויף א רויע פארנעם אינעם דערנעבענדיגן שטח פונעם ביז יעצטיגן בית המדרש, וואס דאס זאל עטוואס לינדערן די שווערע ענגשאפט און קענען ארייננעמען אין זיך די הונדערטער חסידים ומעריצים הבאים להסתופף בצל הקודש.


די פארגאנגענע ירח האיתנים חודש תשרי איז טאקע פאריבער מיט גרויס דערהויבענקייט, ווי די תפילות און עריכת השולחנות, און אלע אנדערע מאורעות במשך דעם יום טוב, איז ב"ה אפגעראכטן געווארן מיט הרחבת הדעת אינעם היכל הגדול והחדש.


דער צייטווייליגער היכל הגדול נעמט אריין אין זיך א היכל הגדול, און א מקום רחבת ידים פאר עריכת השולחנות, לופטיגע חדרי התפלה, קאווע שטיבל, צרכי ציבור, אזוי אויך א חדר מיוחד פארן רבי'ן שליט"א לקבלת קהל.


אין די יעצטיגע טעג נאך יום טוב, גרייט מען זיך אריינצוטאנצן אין די ווייטערדיגע שטאפל פון דעם בוי פראיעקט, אהערצושטעלן די צייטווייליגע היכל הגדול אויף א פערמאנאנטע פארנעם ברוב פאר והדר, באזונדער אהערשטעלן מיט א פראכט נייע חדרי התפלה, היכלי התורה, א מקוה טהרה, און אלעס ארום. אזוי אויך איז אין פלאן עווענטועל אריינצונעמען די ביז יעצטיגע אלטע בית המדרש אלס טייל פונעם ניים בנין בית המדרש הגדול, והיו למשכן אחד אלס איין גרויסע היכל מיט אריבער פיר הונדערט זיץ פלעצער.


ביים ערשטן תפלה אינעם נייעם היכל הגדול, האט זיך כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א אויסגעדריקט אז ער איז זיכער אז דער מקום קודש איז א המשך פונעם מקום שהתפללו אבותיו הקדושים זי"ע, און איז בודאי א שטארקע מקום קיבול תפילות, און די רבי האט גאר שטארק מעורר געווען אויף עניני קדושת התפלה.


חסידי ומעריצי בית זוטשקא קוקן שוין ארויס אויפן תיכון בית תפילתי, ווען דער בנין בית המדרש הגדול וועט שוין שטיין אויף איר ענדגילטיגע גמר אלס א פארטיגע און פאסיגע בית ה' לשמוע אל הרנה ואל התפלה בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א.


ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page