top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכער שטימונג אין לינדען צום פתיחת השערים פון נייעם ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר

  • sfbechatzros
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

דעם פארלאפענעם שב"ק לך לך, האבן הונדערטער סאטמארער חסידים אין שטאט לינדען געפראוועט מיט גרויס פרייד די עפענונג פונעם נייעם ביהמ"ד דקהל יטב לב אין שטאט, וואס איז געעפנט געווארן אויף דעם שב"ק כליל בהדרו מיט אלע צוגעהערן.


דער הערליכער ביהמ"ד איז געבויט געווארן דורכאויס די פארגאנגענע תקופה, ווען נגידי סאטמאר האבן זיך געלאזט קאסטן גרויסע סכומים צו קענען פינאנצירן דעם בוי פראיעקט און אהערשטעלן דעם פראכטפולן ביהמ"ד לשם ולתפארת. אין שפיץ פון דעם פראיעקט איז געשטאנען משפחת ווייס הנכבדה, הר"ר מרדכי ווייס הי"ו פון סיגעיט, און בנו הרבני הנגיד ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו מנהל מחנות רב טוב, וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן גרויסע סכומים פאר דעם אויפבוי פונעם בנין.


דעם פארלאפענעם ליל שישי לך, זענען די חסידים תושבי לינדען אין שפיץ פונעם רב הקהילה הגה"צ רבי אליעזר מרדכי סופר שליט"א, אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו עס איז געפראוועט געווארן א מסיבת לחיים לרגל דעם פריידיגן מאמענט פון עפענען דעם ביהמ"ד אויף שב"ק.


אויפצומארגנס פרייטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען דער מעמד "פתיחת הביהמ"ד" אינעם היכל הביהמ"ד, וואו דער ציבור תושבי העיר זענען זיך צוזאמגעקומען לכבוד די גרויסע שמחה. עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג רבי ישראל בער שטיין שליט"א מו"ץ ביהמ"ד אמרי נועם דקיט"ל שכונת דברי יואל, וועלכער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה מיטן עפענען דעם נייעם ביהמ"ד.


אין לויף פונעם שבת האט זיך אנגעזען א גרויסער ציבור תושבי העיר פון אנדערע קהילות, וועלכע זענען געקומען זיך מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה פון די קהילה. שבת אינדערפרי ביים ליינען האבן עטליכע נגידים געשנאדערט גרויסע סכומים צו קענען פארענדיגן די מקוה און די חדרי התפלה אינעם ביהמ"ד.


נאך דעם דאווענען איז געפראוועט געווארן א גרויסארטיגער קידושא רבה, וואו דער רב שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי שמחה, און דער ציבור האט פארברענגט בשירות ותשבחות א לענגערע צייט.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page