top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חבורת בחורים דק"ק וויען פייערן סיום ספה"ק מאור ושמש והתחלת לימוד ספה"ק סידורו של שבת

  • sfbechatzros
  • לפני 40 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

די בחורי חמד, תלמידים און חסידים פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די "חבורת בחורים", האבן מיט גרויס התרגשות געפייערט דעם סיום ספר הקודש מאור ושמש און די התחלה פון ספר הקודש סידורו של שבת, ביים גרויסן מעמד וואס איז אפגעראכטן געווארן מוצאי שבת קודש לך, מחזק צו זיין דער לימוד ספרי חסידות אויף א געהויבענעם שטייגער.


די חבורה פון די וויענער בחורים גייט אן שוין א לענגערע צייט, ווען די בחורים הערן כסדר דברי חיזוק און הדרכה פון מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, און מיט א צייט צוריק האט מען, בפקודת הקודש פון רב שליט"א, אנגעהויבן צו לערנען בקביעות ספרי חסידות על הסדר. אצינד האבן די בחורים זוכה געווען מסיים צו זיין דעם גאנצן ספר מאור ושמש מרישא ועד גמירא, וואס איז געלערענט געווארן טאג טעגליך במשך די לעצטע צוויי אין א האלב יאר במסגרת החבורה.


דער מעמד הסיום איז אפגעהאלטן געווארן אינעם זאל פונעם בנין "בית יעקב" פון די וויענער קהילה אין וויליאמסבורג, וואו דער ראש החבורה הרב חיים מאיר כץ נכד כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א האט אויפגעטרעטן מיטן פתיחת המעמד.


דערנאך האט מען געהערט די צענטראלע דרשה פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, און דרשות פון עטליכע חשוב'ע רבנים, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א וועלכער האט משמיע געווען דעם דבר המעמד, דער רבי האט שטארק משבח געווען די חשובע בחורים און זיך אריינגעלאזט אין א שמועס איבער די יסודות החסידות אין די חידוש פונעם דרך הבעש"ט.


ביים מעמד האט מען אויך געהערט דברי זכרון לזכרו פון הבחור החשוב החתן היקר חנה מייזעלס ז"ל, וועלכער מיט זיין שקידה להתעלות בדרכי העבודה און זיין דביקות צו צדיקים, איז אליין געווען א נאנטער חבר אין דער חבורה, ביז צו זיין פלוצעמדיקע פטירה עטליכע חדשים צוריק. לזכרו האט אויפגעטרעטן זיין חשוב'ער פאטער הרה"ח ר' יואל מייזעלס הי"ו פון קרית יואל.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page