top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכער "מעמד פתיחת השערים" צום ערשטער זמן החורף אינעם ניי–געגרינדעטן "מתיבתא תורה ויראה" ד'סאטמאר

  • sfbechatzros
  • לפני 10 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

א גאר דערהויבענע מעמד התחלת הזמן ופתיחת הישיבה איז אפגעראכטן געווארן דעם דאנערשטאג נאכמיטאג אינעם ניי-געגרינדעטע "מתיבתא תורה ויראה" ד'סאטמאר וואס האט נארוואָס געעפענט די טויערן אין א פראכפטולע לאקאל אין שטאט מאנסי.


ווי ברייט באריטעט דעם זומער האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מייסד געווען די נייע "מתיבתא תורה ויראה" געאייגנט אלס מקום תורה מיט א ספעציעלער מסגרת פאר די מער עלטערע בחורים יוצאי ישיבה גדולה ד'סאטמאר, נאכן משלים זיין זייערע לימודים, זיי זאלן קענען ווייטער פארבלייבן בהיכל ה' צו שטייגן בתורה ועבודת ה' כראוי וכיאות אין אן ערנסטן אטמאספער. אלס ראש הישיבה האט די רבי ממנה געווען הגה"צ רבי שלום גליק שליט"א דומ"ץ סאטמאר לעיקוואד און לצידו הרה"ג רבי יצחק זאב פאזען שליט"א אלס "מנהל הישיבה וראש חבורת עיון".


דער מעמד פתיחת הזמן איז באקליידט געווארן מיט א דערהויבענע שטימונג, מיט לאנגע רייעס טישן באזעצט פון די פילע חשובע בחורי חמד תלמידי המתיבתא, ווען אויפן אויבן אן באשיינען די חשובע רמ”י ומנהלי המתיבתא שליט”א און שפיץ פונעם נשיא הישיבה כ”ק אדמו"ר מסאטמאר שליט”א וועלכע איז ספעציעל געקומען צופארן קיין מאנסי בטירחא דגברא רבה צו מפאר זיין בראש המעמד.


געעפענט די מעמד האט דער חשובער מנהל הרה”ג רבי יצחק זאב פאזען שליט”א, דאן האט אויפגעטרעטן דער חשובער ראש ישיבה הגה”צ רבי שלום גליק שליט”א.


א טאטאלע שטילקייט האט געהערשט אינעם היכל ווען דער רבי שליט"א האט געלאזט הערן דעם דרשת פתיחת הזמן, און אויסגעשמועסט פיל יסודות והדרכות וואס איז נוגע פאר יעדן בחור מדי יום ביומו מצליח זיין אין מתיבתא אין די יארן. דער רבי האט שטארק באטאנט דעם ענין פון זיין פון די נכנסין לבית המדרש און אויסגעפירט צום סוף מיט א שמייכל אז בלויז מיט איין זאך זאל מען זיין פון די יוצאי ביהמ"ד, ער ווינטשט יעדן בחור דא זאל בקרוב זיין פון די יוצאים דורך'ן טרעפן זיין באשערטן זיווג בעז"ה.


צום לעצט האט אויפגעטרעטן דעם רבינס זוהן הגה”צ אבד”ק סיגוט שליט”א וואס איז געשטאנען בראש אהערצושטעלן דעם מתיבתא בשליחות אביו הגדול די רבי שליט”א.


דערנאך זענען אלע תלמידי המתיבתא אריבער געבן לחיים פארן רבי'ן שליט”א, דער רבי שליט”א האט פערזענליך אויפגענומען און זיך אינטערעסירט אויף יעדן בחור באזונדער, און גאר ווארעם געוואונטשן די חשובע תלמידים.


דער מעמד איז געשלאסן געווארן מיט גאר דערהויבענע געפילן און אריינגעברענגט א אויסטערלישע אטמאספערע אינעם מתיבתא, וואו די פילע בחורי חמד גרייטן זיך אויסצונוצן דעם ווינטער זמן הבעל”ט צו שטייגן בתורה ויראת שמים אויף א געוואלדיגע פארנעם.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page