פרייליכע שמחת הפארשפיל אין לעלובער הויפן; הכנה דרבה צו חתונה הגדולה בעיר הבירה לאנדאן
- sfbechatzros
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
אין עיר הבירה לאנדאן גרייט מען זיך צו די גרויסער לעלובער חתונה וואס וועט וועט פאראייניגן ביידע לעלובער הויפן אין ארץ ישראל, און גלייכצייטיג מקבל פנים צו זיין כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א און שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א וועלן קומען צופארן קיין לאנדאן לפאר על ראש שמחתם ביי די חתונה פון בשותפות'דיגע אייניקלעך.
בשעה טובה וועט גיין אונטער די חופה די חתן א זון פון הרה"צ רבי יעקב יצחק בידערמאן שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' אהרן לייב מאלובצקי שליט"א מלעכאוויטש, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' פנחס נפתלי ענגלענדער שליט"א רב ביהמ"ד קדושת שמעון לעלוב אין לאנדאן זון פון הגה"צ רבי שלום צבי ענגלענדער רב ביהמ"ד דביר קדשו מאחנובקא בעלזא לאנדאן און חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, די חתונה קומט פאר דעם דאנערשטאג אין די P&P זאל אין לאנדאן.
די וואך מוצאי שבת נאכן שבת עליה לתורה אין ירושלים עיה"ק, איז אפגעראכטן געווארן די שמחת הפארשפיל בתופים ומחולות אין שפיץ פון די זיידעס האדמור"ים לבית לעלוב. בנוסף האבן באשיינט די שמחה האדמור"ים מדושינסקיא, פינסק קארלין, זוועהיל, סאדיגורא ירושלים, שומרי אמונים, בוסטון, שאץ ירושלים, לעלוב בראנוביץ, לעלוב בית שמש, אבד"ק צאנז טשאקאווא שליט"א און נאך.
צווישן די ריקודין האבן זיך ביידע זיידע'ס האדמור"ים ארויסגעלאזט אין א געהויבענען מחול לצדיקים לקול תרועת הזמר. צום שלוס פון די שמחה האט מען געזאגט די פרשה פון וישלח ברוב עם זיך גרייטנדיג ארויסצופארן צו די חתונה קיין לאנדאן.
כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א לאזט זיך ארויס פון ארץ ישראל מארגן מיטוואך צופרי אין באגלייטונג פון א גרויסן ציבור חסידים. אין לויף פון די ימי הביקור וועט די רבי האבן די אכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד רבי אלעזר צוקער הי"ו.
די תפילות בימות החול וועט די רבי שליט"א דאווענען אין שטוב פון הנגיד החסיד רבי יהושע חיים שטערנליכט הי"ו. די שבת שבע ברכות וועט פארקומען אין די זאל פון יסודי התורה ווי עס וועט אפגעראכטן ווערן די תפילות ברוב עם און די סעודות פאר די משפחה און געסט. די שולחנות הטהורים ליל שבת און בעידן רעווא דרעווין וועט די רבי שליט''א פראווענען אויף א גרויסן פארנעם אין די עידן זאל אין שטאט ווי תושבי לאנדאן וועלן האבן די זכיה להנות מזיו אורו הבהיר ביי די לעכטיגע טישן.
זינטאג וועט פארקומען די צענטראלער שבע ברכות צוגשעטעלט דורך די לעלובער קהילה, און לקראת שב"ק פ' חיי שרה וועט די רבי שליט"א זיך צוריקקערן למעון קדשו אין בית שמש.







































































