top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענעם מסע התעוררות דורך האד' מסאסוב קיין אייראפע אינאיינעם מיט נגידי החסידות

  • sfbechatzros
  • 01false09 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
  • זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

א גאר געהויבענער מסע התעוררות צו די קברי אבות אין אונגארין אין ראמעניע, איז אפגעהאלטן געווארן דורך כ''ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, אינאיינעם מיט א געקליבענע צאל נגידים ותומכים פונעם רבינס פריוואטער קופה "קשר של קיימא", וועלכע האבן אין די לעצטערע פאר יאר בייגעשטייערט ריזיגע סומעס לטובת די מפעלי הצדקה והחסד בנשיאותו פונעם סאסובער רבי'ן און האבן גענומען א חלק אין די פרישע הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן בקרב הקהילה.


די געהויבענע איין-טאגיגע נסיעה איז געלאזט געווארן אין גאנג מאנטאג פארטאגס, ווען דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט פון ארה"ק אינאיינעם מיט זיינע קינדער הרבנים הגאונים שליט"א, ווען צו דער זעלבער צייט האבן זיך ארויסגעלאזט פון ארץ ישראל און אמעריקא, אויפן וועג קיין ראמעניע. די ערשטע סטאנציע פון די נסיעה איז געווען אין א פראכטפולער האטעל נישט ווייט פונעם שטאט קלוזש, וואו עס איז געווען צוגעשטעלט פת שחרית בהרחבה פאר אלע נגידים. פון דארט איז מען ארויסגעפארן צום שטאט סאטמאר אין ראמעניע וואו עס איז מקום מנוחתו פונעם רבינס זיידע הרה"ק המפורסם רבי חנוך העניך מסאסוב קערעצקי זי"ע, צום ערשט אפגעראכטן געווארן א התעוררות'דיגע תפלת מנחה און דערנאך איז אפגעראכטן געווארן אן ערהאבענער מעמד קביעת מזוזה פארן נייעם בנין הכנסת אורחים אויפן בית החיים אין שטאט סאטמאר וואס איז אויפגעבויעט געווארן דורך מוסדות סאסוב בארה"ק.


עס האט נאכגעפאלגט מיט א געהויבענער מעמד הכנה אין א שאטער וואס איז ספעציעל אויפגעשטעלט געווארן אויפן שטח הבית החיים, ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגוני הכנה און געהערט דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וועלכער האט ארומגעשמועסט בשגב קדושתו פון זיין גרויסן זיידן דער קערעצקיער רב זי"ע נאך וועם מען שטייט עטליכע טעג פון די הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן דעם ז' חשון.


באזונדער האט די רבי משבח געווען דער בונה ומקים פונעם בנין הכנסת אורחים, הרה"ח ר' לייבל הענדלעס הי"ו וועלכע האט אהערגעשטעלט דעם הכנסת אורחים ביים ציון אויפן בעסטן און שענסטן אופן, צו פארגרינגערן פאר די פילע אידן וועלכער קומען פוקד זיין דעם ציון הק' פון אלע עקן וועלט.


דערנאך האט די רבי געשאנקן א מתנה פארן ראש הקהל אין שטאט סאטמאר אין ראמעניע וועלכע שטייט כסדר צו די האנט פונעם הנהלת הכנסת אורחים.


נאכן מעמד הכנה איז דער רבי ארויף צום ציון הק', וואו מען האט געזאגט ספר רביעי און די סדר התפילה כנהוג, נאכגעפאלגט מיט די י"ג מידות של רחמים מיט גרויס התעוררות. בין גברא לגברא האט די רבי משמיע געווען דברי כיבושין והתעוררות בקול בוכים זייענדיג מעורר זכותו של אותו צדיק, ווען קיין טרוקן אויג איז נישט פארהאן.


פון דארט איז מען אריגעפארן די גרעניץ קיין אונגארן, וואו ס'איז פארגעקומען די צענטראלע גראנדיעזע מסיבת הוקרה, אויף א שיף נישט ווייט פון קערעסטיר, אפצוגעבן דעם פאסיגן הכרת הטוב כלפי די נגידים בעם וואס העלפן שלעפן דעם שווערן עול וואס ליגט אויפן רבינס פלייצעס.


צוס שלוס פונעם רייכן פראגראם וואס איז געווען באגלייט מיט דרשות און פרקי שירה וזמרה, האט דער רבי פארטיילט א מזכרת פאר אלע משתתפי הנסיעה, א קמיע נאכגעמאכט וואו דער קמיעות וואס זקינו דער הייליגער ישמח משה פלעג פארטיילן, די רבי שליט"א האט געבענטשט די קמיעות זייענדיג אויפן ציון הק' פונעם הייליגן ישמח משה, בעפאר די מעמד. במיוחד האט די רבי אוועקגעשאנקן זיין תהילים פאר הנגיד ר' מתתיהו לעווין הי"ו דער עמוד התווך פונעם קופה קשר של קיימא לאות הכרת הטוב.


כחצות הלילה האט מען זיך ארויסגעלאזט צום שטאט קערעסטיר צום הויכפונקט פון די נסיעה, דער "מעמד תפלה" ביים ציון הק' פון רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע. אנקומענדיג האט מען כהוראת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א צוערשט געזאגט דעם "פרשת המן" אלס סגולה לפרנסה, און דאן האט מען מיט גרויס התעוררות געזאגט די מזמורי בתהילים.


עס איז געווען שוין שפעט באנאכט ווען מ'האט זיך ארויסגעלאזט צום לופטפעלד אויפ'ן וועג אהיים. דער רבי שליט"א וועלכע האט היינט ממשיך געווען די נסיעה קיין ניו יארק האט איבערגענעכטיגט אין שטאט פרעשבורג אין סלאוואקיי וואו ער האט אונטערוועגנס צום לופטפעלד פוקד געווען דעם ציון הק' פון מרנא החתם סופר זי"ע אין שטאט, אויסצובעטן ישועות ורפואות לנו ולכל ישראל.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page