שמחת התנאים צום שידוך שליסן פון ערשטן אור אייניקל ביי האד' ממאחנובקא בעלזא מיט החתן נכד האד' מנדבורנא י-ם
- sfbechatzros
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די מאחנובקא בעלזער הויף אין בני ברק איז אפגעראכטן געווארן די פרייליכע שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון די עלטסטע אור אייניקל ביים רועה נאמן כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, למזל טוב ובשעה טובה ומוצלחת.
די כלה בת קדושים תחי' איז אן אייניקל ביים רבינס עלטסטע איידעם הגה"צ רבי יוסף מאיר מאסקאוויטש דומ"ץ מאחנובקא בעלזא זוהן פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, א טאכטער ביי בנו הגדול הרב ישראל מאסקאוויטש איידעם פון הגה"צ רבי יהושע מנחם שטערן אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק.
די חתן איז א נאנטע קרוב משפחה, אליינס א בעלזער אייניקל, נכד כ"ק אדמו"ר מיערוסלאב שליט"א וואס איז א שוואגער מיטן מאחנובקא בעלזא רבי'ן, א זון פון זיין זון הרה"צ רבי שלום רוקח שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א.
די זיידע'ס האדמור"ים האבן געטרינקען לחיים און ארומגעשמועסט איבער די ייחוס פון חתן וכלה. כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א איז מכובד געווארן מיט קריאת התנאים און דערויף האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה וואו די זיידע'ס האדמור"ים זענען געטאנצן מיטן חתן. צום שלוס איז דער גאנצער ציבור אדורך וואונטשן מזל טוב ביי די מחותנים און זיידעס.


















