top of page
אויסגאבע טישל • פרשת בשלח
מיטוואך פ' בשלח • י' שבט | בחצרות הקודש


תמכין דאורייתא: פראכטפולע מלווה מלכה און מעמד הוקרה פאר תומכי מוסדות צאנז אין מאנסי
מיטוואך פ' בשלח • י' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין נאכן דערהויבענעם שבת קודש וואס כ''ק האדמו''ר מצאנז שליט''א האט אפגעראכטן אין די אכסניא אין די מאנטיבעללא געגענט אין מאנסי, איז במוצאי יום גילה אפגעראכטן געווארן א גאר רייכע מעמד הוקרה געווידמעט פאר די תמכין דאורייתא וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט סכומים הגונים לטובת די הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן פון די מוסדות הקדושים אין מאנסי. די מעמד איז געווארן צוגעשטעלט אויף אן עלעגאנטן פארנעם, אין די צאנזער ישיבה קטנה אין


שטאט אלכסנדר ווירבלט מיט הונדערטער חסידים ואנשי מעשה ביומא דהילולא פון הרה"ק בעל ישמח ישראל זי"ע
דינסטאג פ' בשלח • ט' שבט | בחצרות הקודש בהתעוררות רב איז פארלאפענעם וואך אפגעראכטן געווארן די יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן ישמח ישראל פון אלכסנדר, במקום מנוחת קדשו אין אלכסנדר פוילין וואס איז אין די לעצטערע יארן נתפרסם געווארן אלס א מקום קיבול תפילות וואו אידן זעהן ישועות למעלה מדרך הטבע. דאס יאר זענען הונדערטער אידן פון איבער די גארער וועלט אנגעקומען קיין אלכסנדר אין די טעג ארום די הילולא קדישא ערב ראש חודש שבט, אריינגערעכנט דעם שבת לפני ההילולא, וואס איז געפראוועט געווא


נועדו יחדיו: האד' מצאנז אפגעשטאט ביקור נימוסין ביי האד' מבאבוב אין בארא פארק
דינסטאג פ' בשלח • ט' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין היינט נאכמיטאג איז כ״ק אדמו״ר מצאנז שליט״א אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין ביי ש״ב כ״ק אדמו״ר מבאבוב שליט״א, זייענדיג צוגאסט אויף א באזוך אין בארא פארק. דער באבובער רב האט אויפגענומען דעם געהויבענעם גאסט במאור פנים און א קענטיגע הערצה, און עס איז דערביי אנטוויקלט געווארן א שיינעם שמועס איבער צדיקי בית צאנז און גארליץ. מ׳האט אויך ארומגעשמועסט איבער דער מצב אין אידישקייט אין ארץ ישראל לאור די גזירות על הדת, ובפ


ספר המלך: עדת חסידי מאחנובקא בעלזא אין שפאנונג צו חגיגת הכנסת ספר תורה געשריבן לזכותו פון האד' ממאחנובקא בעלזא
דינסטאג פ' בשלח • ט' שבט | בחצרות הקודש מיט פייערליכע שפאנונג רוישן זיך די פיבערהאפטיגע הכנות אין חצר הקודש מאחנובקא בעלזא צו די זעלטענע חגיגה "הכנסת ספר תורה" צו דעם "רבי'נס ספר תורה", די נייע ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן בשותפות דורך כל קהלא קדישא חסידי מאחנובקא בעלזא מכל קצוי תבל, לכבודו ולזכותו פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א. שוין א לענגערע צייט כמעט צוויי יאר, וואס חסידי מאחנובקא בעלזא זענען נמנו לדבר מצוה רבה, צו שרייבן די בשותפות'דיגע ספר תורה ל


בזעיר אנפין: האד' מצאנז פראוועט שבת אין די מאנטיבעלא געגענט אין מאנסי אויף א פריוואטע פארנעם
דינסטאג פ' בשלח • ט' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין ווי ברייט באריכטעט האט כ''ק האדמו''ר מצאנז שליט''א אפגעראכטן דעם שבת פ' בא העעל"ט אין די מאנטיבעלא געגענט אין מאנסי בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' מענדל בראכפעלד הי"ו. דער שבת איז געפראוועט געווארן אויף א פריוואטער פארנאם בזעיר אנפין אינאיינעם מיט א געקליבענער צאל נגידים, ראשי והנהלת מוסדות צאנז אין אמעריקא און די נאנטע מקורבים און משמשים בקודש, וועלכע האבן זוכה געווען ליסב על שולחן מלכים און מיטהאלטן די


קבוצה חסידי סקווירא לעבן מיט געהויבענעם שבת אין ליזענסק מיט הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן האד' מסקווירא
דינסטאג פ' בשלח • ט' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א גרעסערע קבוצה חסידי סקווירא האבן מיטגעלעבט גאר א געהויבענעם שבת אין די שטאט ליזענסק, וואו מען האט געפראוועט צוזאמען בשבת אחים גם יחד, בראשות הרה״צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט״א בנו יקירו פון כ״ק אדמו״ר מסקווירא שליט״א. רבי יעקב יוסף שליט״א האט אונטערגענומען די נסיעה אויף די מקומות הקדושים, לרגל דעם שמחת נישואין פון בנו החתן המופלג פצע״ח הרב שמעון שליט״א וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין די קומענדיגע תקופה, און צוזאמען ז


האדמו"ר מבית יצחק ספינקא אריבער אפעראציע מיט הצלחה; חסידי ספינקא מתפלל געווען לרפאותו
מאנטאג פ' בשלח • ח' שבט | בחצרות הקודש תלמידי חסידי ספינקא האבן היינט מתפלל געווען לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, וועלכער איז אריבער א פאראויס געפלאנטע אפעראציע אויפן הארץ מיטן האפענונג צו פארגרינגערן דעם רבינ'ס געזונט צושטאנד. דער רבי שליט"א האט די לעצטע תקופה געליטן פון פארשידענע הארץ קאמפליקאציעס, און אצינד האבן די דאקטוירים באשלאסן דורכצופירן א געוויסע אפעראציע מיטן האפענונג אז עס וועט פארבעסערן דעם רבינ'ס צושטאנד לחיזוק כוחותיו בס"ד. היינט מאנטאג


דינער השנתי לטובת ביהמ״ד וכולל עצי חיים סיגוט לרגל הונדערטסטע הילולא פון הגה"ק בעל עצי חיים מסיגוט זי"ע
מאנטאג פ' בשלח • ח' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הלל ליכטענשטיין דעם מוצאי שבת איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק וואו דער רבי האט באשיינט ביים סעודת ההילולא לרגל די הונדערטסטע יארצייט פון זקינו הגה״ק בעל עצי חיים זי״ע אינאיינעם מיטן דינער השנתי לטובת ביהמ״ד וכולל עצי חיים סיגוט וואס איז מתנוסס לתפארה אין שטאט בארא פארק, על שמו ולזכרו הטהור פונעם בעל ההילולא. ס'איז פארגעקומען אין די ליפשיץ זאל אין בארא פארק וואו א א גרויסן ציבור חסידים ואנשי מעשה האט


ושבתי את בית אבי: האד' מצאנז באזוכט אין שטאט יוניאן סיטי מקום מגורי אביו הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע
מאנטאג פ' בשלח • ח' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין א געהויבענער באזוך איז אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם דאנערשטאג אין דעם חסידישן ישוב אין יוניאן סיטי, ווען כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, וועלכער געפינט זיך די טעג אין ניו יארק, איז אנגעקומען אויף א באזוך אין דער שטאט וואו זיין גרויסער פאטער, הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, האט אוועקגעשטעלט דעם חסידישן ישוב, און פאר גאנצע פופצן יאר דארט קובע געווען מקום מושבו, געגרינדעט זיין ישיבה הקדושה און מוסדות החינוך,


שיינעם ציבור חסידים ומעריצים מיטגעהאלטן שבת יארצייט פון הרה"ק בעל צמח דוד מסקאליע זי"ע בחצה"ק סקאליע
מאנטאג פ' בשלח • ח' שבט | בחצרות הקודש בהתעוררות רב איז דעם שבת פר' בא געפראוועט געווארן בחצר הקודש סקאליע, די 47'סטע יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל צמח דוד מסקאליע זי"ע בצל נכדו ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א. אויף שבת זענען געקומען צו פארן פילע געסט, מיטצוהאלטן דעם שבתא דריגלא בצל הקודש, און דורכאויס אלע טישן במשך דעם שבת האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש במשנתו הטהורה פונעם זיידן דער בעל הילולא צו וועם דער רבי איז געווען אזוי צוגעבינדן בחיים חיותו. במוצאי


נייער היכל התורה אין בנין ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא באנייעט בנדבת לבם פון האחים הנגידים למשפ' שפירא
מאנטאג פ' בשלח • ח' שבט | בחצרות הקודש אין א פרייליכע אנטוויקלונג בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא, איז פארלאפענעם וואך געפראוועט געווארן מיט פראכט דער חנוכת היכל התורה אינעם בנין האדיר פון ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא אין בני ברק, בנדבת לבם פון משפחת שפירא המעטירה, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א. דער בנין ביהמ"ד הגדול איז אין די לעצטע תקופה פארוואנדלט געווארן אין א ריכטיגן מגדל אור וואס דינט אלס איינער פון די צענטראלע מבצרי תורה ותפילה און א צענטער-פונקט נישט נאר פאר


ביקור המרומם פון האד' מצאנז אין שטאט מאנסי | חלק ב'
זונטאג פ' בשלח • ז' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין חסידי צאנז תושבי מאנסי, יוג און אלט לעבן די טעג מיט געהויבענע טעג במחיצתו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א בזמן שהצדיק העיר, זייענדיג צוגאסט אין שטאט לחיזוק ולביסוס הקהלה. מיטוואך אין די מיטאג שעהן איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אינעם צאנזער כולל "מבצר התורה" וואו די מנהלים גשמיים האבן ארומגעוויזן דעם רבין, דערנאך האט די רבי געשמועסט מיטן ראש הכולל הרה"ג ר' אליעזר עמרם אייזענבערגער שליט"א און מיט הרה"ג ר' יחזק


האלט מיט לעבעדיג • הילולא קדישא פון הרה"ק רבי דוד מלעלוב זי"ע אין לעלוב פוילין
זונטאג פ' בשלח • ז' שבט | בחצרות הקודש קרעדיט: C-LIVE


גלה כבוד מישראל: בארא פארק באוויינט הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן זצ"ל פון ניינטע עוועניו
מוצאי שבת פ' בא • ו' שבט | בחצרות הקודש דער שטאט בארא פארק טוט באוויינען די פטירה פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן הרה"צ רבי יעקב יהוסף ראטטענבערג זצ"ל, מפארי האדמורי"ם אין שטאט וועלכער איז דעם ערב שבת נסתלק געווארן לשמי מרום אין עלטער פון זיבן און זיבעציג יאר. דער רבי זצ"ל איז געבוירן געווארן בשנת תש"ט אלס בן יחיד צו זיין גרויסן פאטער, כ"ק אדמו"ר רבי אשר ישעי' ראטטענבערג זצ"ל מקאסאן, וועלכער האט באחרית ימיו אנגעפירט זיין הויף אין שטאט בני ברק, א זון פון כ"ק האדמו"ר רבי משה שמואל מקאסאן


ריתחא דאורייתא: האד' מסאטמאר איבערגעגעבן סוגיא שיעור אין נייע מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר אין מאנסי
דאנערשטאג פ' בא • ד' שבט | בחצרות הקודש די וואך האט כ״ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ווידער באזוכט אין די נייע מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר אין מאנסי, די ישיבה וואס דער רבי האט מייסד געווען צום זמן הלימודים חודש חשון העל"ט, מיט א ספעציעלע מסגרת פאר די בוגרי הישיבה גדולה, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די בחורים בשעתן סדר און דערנאך פארגעלערנט א סוגיא שיעור אינעם היכל המתיבתא, וואו די בחורי חמד האבן די וואכן געלערנט די סוגיא פון מהלך כעומד דמי, און מיטגעהאלטן דעם שיעור מיט א ריתחא


הערליכע מאורעות ביי באזוכן פון האד' מצאנז בין כותלי המוסדות אין מאנסי
דאנערשטאג פ' בא • ד' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין דעם דינסטאג אינדערפרי, דער דריטער טאג פון דער געהויבענער נסיעה, איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט״א אנגעקומען אויף א באזוך אין היכל ישיבה קטנה שפע חיים, וואו דער רבי שליט״א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און די קינדער פון די עלטערע כיתות אין תלמוד תורה. נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין תלמוד תורה וואו דער רבי איז ארומגעגאנגען צווישן אלע כיתות זיך פאראינטערסירנדיג ביי די מלמדים א


לענגערע מסע התרוממות פון האד' מבוהוש אין ניו יארק פון פריש באשטימט אויף דעם חודש שבט
דאנערשטאג פ' בא • ד' שבט | בחצרות הקודש דאס יהדות החרדית אין ניו יארק ערהאלט מיט פרייד די בשורה טובה ומרנינה, אז הנה צדיק בא לעיר, זיך גרייטנדיג מקבל צו זיין דעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, וואס וועט קומען צו פארן מהיכל קדשו אין בני ברק אויף א לענגערע מסע הקודש פון עטליכע וואכן קיין ניו יארק לטובת מוסדותיו הקדושים, ובפרט מיטן יעצטיגן מולטי-מיליאן דאללערדיגע אויפבוי פון א פרעכטיגע בנין הישיבה פאר די הייליגע בוהושער מוסדות על טהרת הקודש. דער מסע הקודש איז שוין געפלאנט


כשם שנכנס לפדיון: שמחת פדיון הבן פון נכד האדמור"ים מספינקא - קרעטשניף - פרמישלאן
מיטוואך פ' בא • ג' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר שמחת פדיון הבן פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, א אייניקל פון זיין זון הרה"צ ר' אביש ווייס שליט"א אב"ד דעת קדושים ורב ביהמ"ד ספינקא אין ירושלים, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, בן הנולד ביי בנו הרב דוד משה ווייס, איידעם ביי הרה"צ ר' משה הלל שטערן שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מפרמישלאן שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ספינקא ביהמ"ד אויף


התרגשות בחצר הקודש סקווירא צום קומענדיגן שב"ק משפטים - שקלים לרגל גמר הקריאה פון היסטארישע קדשינו ספר תורה
מיטוואך פ' בא • ג' שבט | בחצרות הקודש מיט אן התלהבות דקדושה גרייטן זיך אלפי חסידי סקווירא צום געהויבענעם "שבת חזק" וואס איז באשטימט אויף קומענדיגן שבת פרשת משפטים־שקלים הבעל"ט, דעם שבת ווען מען וועט אי"ה ליינען די לעצטע קריאה אין די היסטארישע "קדשינו ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן דורך עדת חסידי סקווירא, און נאכן ליינען דערין במשך דעם פארלאפענעם יאר, זינט שבת פרשת תרומה ווען מ'האט צום ערשטן מאל געליינט אין די ספר תורה, וועט מען שבת פרשת משפטים ליינען די לעצטע קריאה, וואס


bottom of page
