top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ושבתי את בית אבי: האד' מצאנז באזוכט אין שטאט יוניאן סיטי מקום מגורי אביו הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע

  • Bechatzros admin
  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' בשלח • ח' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין

א געהויבענער באזוך איז אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם דאנערשטאג אין דעם חסידישן ישוב אין יוניאן סיטי, ווען כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, וועלכער געפינט זיך די טעג אין ניו יארק, איז אנגעקומען אויף א באזוך אין דער שטאט וואו זיין גרויסער פאטער, הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, האט אוועקגעשטעלט דעם חסידישן ישוב, און פאר גאנצע פופצן יאר דארט קובע געווען מקום מושבו, געגרינדעט זיין ישיבה הקדושה און מוסדות החינוך, און פון דארט משפיע געווען מאורו הבהיר פאר דער גאנצער וועלט.


ביים אנקומען צום בנין הקהילה אין יוניאן סיטי האבן מקבל פנים געווען די תלמידי הישיבה הקדושה צאנז זוועהיל בנשיאותו פונעם רבינ'ס שוואגער כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, וועלכער שטייט היינט בראש העדה הקדושה אינעם ישוב אין יוניאן סיטי און פירט ווייטער די קייט פון הרבצת התורה אנגעהויבן ביי זיין שווער דער רבי דער שפע חיים זי"ע און דערנאך זיין שוואגער דער פריערדיגער רבי כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל זצ"ל בעל "אהל שלמה".


צום ערשט איז דער רבי שליט"א ארויף אויף א באזוך ביים שוואגער דער צאנז זוועהילער רבי, וואו מען האט א לענגערע צייט פארברענגט אויפברענגנדיג זכרונות פון די יארן וואס דער רבי דער שפע חיים האט אנגעפירט דעם הויף אין יוניאן סיטי, דערנאך האט דער צאנז זוועהילער רבי מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, און זיך ווארעם געוואונטשן ברכות לרוב. פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער צום בנין המתיבתא, וואו עס איז געווען זמני כניסה פאר קרוב צו צוויי שעה, וואו פילע תושבי המקום, חסידים און מעריצים זענען אריין אל הקודש פנימה שלום נעמען, און נהנה זיין עצה ותושיה.


נאך די קבלת קהל האט דער רבי באזוכט ביים עלטערן שוועסטער הרבנית הצדיקת מצאנז זוועהיל תליט"א אלמנת כ"ק אדמו"ר בעל אהל שלמה זצ"ל. צום שלוס פונעם באזוך איז דער רבי שליט"א אריין לחדר קדשו פונעם פאטער דער שפע חיים זי"ע, וואס געפינט זיך אינעם בנין המוסדות, צווישן די פיר ווענט וואו דער רבי זי"ע האט געדינט דעם אייבערשטן בסילודין, דער רבי שליט"א האט זיך דארט אויפגעהאלטן ביחידות פון ארום א שעה צייט, און נאכדעם פארלאזט דעם ישוב און זיך צוריקגעקערט לבית האכסניא אין מאנסי, איבערלאזנדיג א טיפן רושם אויף די חסידים ותושבי המקום.




bottom of page