top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לענגערע מסע התרוממות פון האד' מבוהוש אין ניו יארק פון פריש באשטימט אויף דעם חודש שבט

  • Bechatzros admin
  • לפני 22 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: לפני 4 שעות

דאנערשטאג פ' בא • ד' שבט | בחצרות הקודש


דאס יהדות החרדית אין ניו יארק ערהאלט מיט פרייד די בשורה טובה ומרנינה, אז הנה צדיק בא לעיר, זיך גרייטנדיג מקבל צו זיין דעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, וואס וועט קומען צו פארן מהיכל קדשו אין בני ברק אויף א לענגערע מסע הקודש פון עטליכע וואכן קיין ניו יארק לטובת מוסדותיו הקדושים, ובפרט מיטן יעצטיגן מולטי-מיליאן דאללערדיגע אויפבוי פון א פרעכטיגע בנין הישיבה פאר די הייליגע בוהושער מוסדות על טהרת הקודש.


דער מסע הקודש איז שוין געפלאנט אויף פארלאפענעם חודש חשון, און איז געווארן אפגערופן צוליב פארשידענע טעכנישע סיבות, אצינד האט מען פון פריש באשטימט דעם רבינס נסיעה קיין ניו יארק וואס וועט זיך פארציען אויף א לענגערע וויילע פון גאנצע דריי וואכן, וואו דער רבי וועט ארומגיין על פתחי נדיבים אויפצוטרייבן ריזיגע סומעס פאר די יעצטיגע פראיעקט ביים בנין המוסדות אין בני ברק וואו עס ווערט ארויפגעבויעט "דריי פרישע שטאק" וואס וועט דינען אלס פערמאנענטע אכסניא של תורה פאר די בוהושע ישיבה גדולה, צו לינדערן די לחץ זו הדחק מיט וואס מען האט זיך געמוטשעט די לעצטערע יארן ביני עמודי דגירסא.


דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן פון ארץ ישראל אויפצומארגנס פון חמשה עשר בשבט, און וועט וויילן אין ניו יארק אויף די נאכפאלגנדע דריי וואכן יתרו, משפטים, תרומה, דער רבי וועט אנקומען צו אלע חרדי'שע געגענטער, אריינגערעכנט וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, און לעיקוואוד, ווי עס וועלן פארקומען א רייע מסיבות און באנקעטן דורך נדיבים בעם אויפצוטרייבן מיליאנען דאללארן פאר די ישיבה פראיעקט וואס איז אצינד משאת נפשו פונעם רבי'ן, צו דעקן די אומגעהויערע הוצאות פון די מוסדות וואס פירן זיך ריין און לויטער, בדרך ישראל סבא, על טהרת הקודש.


צו דעם געלעגנהייט בזמן שהצדיק בעיר, וועט מען האבן די זכי' מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס געהויבענע עבודה סיי בימות החול ופרט ביומא דשבתא, ווען דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן די שבתים בתוך קהל ועדה, אריינגערעכנט דעם שבתא דריגלא - שבת שקלים, מיט א געלעגנהייט פאר חסידים ומעריצים מיטצוהאלטן די פלאמעדיגע עבודת הקודש ברשפי אש קודש וואס דער רבי שליט"א לייגט אריין אין א שבת, סיי ביי די געהויבענע תפלות און ביי די עריכת השולחנות, אשר יום קדוש הוא מבואו ועד צאתו.


מער פרטים פונעם געהויבע לענגערע מסע הקודש וועט נאכפאלגן.


תגובות


bottom of page