התרגשות בחצר הקודש סקווירא צום קומענדיגן שב"ק משפטים - שקלים לרגל גמר הקריאה פון היסטארישע קדשינו ספר תורה
- Bechatzros admin
- 21 בינו׳
- זמן קריאה 3 דקות
מיטוואך פ' בא • ג' שבט | בחצרות הקודש

מיט אן התלהבות דקדושה גרייטן זיך אלפי חסידי סקווירא צום געהויבענעם "שבת חזק" וואס איז באשטימט אויף קומענדיגן שבת פרשת משפטים־שקלים הבעל"ט, דעם שבת ווען מען וועט אי"ה ליינען די לעצטע קריאה אין די היסטארישע "קדשינו ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן דורך עדת חסידי סקווירא, און נאכן ליינען דערין במשך דעם פארלאפענעם יאר, זינט שבת פרשת תרומה ווען מ'האט צום ערשטן מאל געליינט אין די ספר תורה, וועט מען שבת פרשת משפטים ליינען די לעצטע קריאה, וואס וועט צונויפברענגען עדת חסידי סקווירא פון איבער דער גארער וועלט לעשות את השבת בצל הקודש פון רבי'ן שליט"א.
על פי דיבורו הם נאספים, וועלן עדת חסידי סקווירא פון אומעטום זיך ווייטער פארזאמעלן כאיש אחד בלב אחד, על פי קריאת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, נאכן באשטימען אויסצונוצן די געהויבענע געלעגנהייט, ווידעראמאל מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו, זיך צו האלטן אפגעזונדערט פון כלים מכלים שונים, און זיך צו הייבן בעניני צניעות וקדושה אויף א געהויבענעם פארנעם.
במשך די קומענדיגע וואכן בעת עס גייען אן די געהויבענע הכנות צום שבת חזק, ווערט די צייט ספעציעל אויסגענוצט דורך עדת חסידי סקווירא, זיך פונדאסניי מחזק צו זיין מיט די גדרי הקדושה, און אין אלע סקווערער צענטערן איבער דער גארער וועלט, ווערן אפגעראכטן "כינוסי חזק" ביי וועלכן מ'קומט זיך צונויף צו הערן די דרשות פון די רבנים הגאונים שליט"א איבער דעם חיוב שמירה וואס עס ליגט אויף יעדן יחיד צו זיין וואס מער אפגעשיידט פון די אלע כלים.
במשך די היינטיגע וואך פרשת בא, זענען באשטימט די "כינוסי חזק" פאר די תושבי שיכון סקווירא, פון יעדע "שכונה" באזונדער. אין יעדע שכונה באזונדער זענען אויפגעשטעלט געווארן ספעציעלע "שאטערס" וואו דער ציבור וועט זיך צוזאמקומען מיטצוהאלטן די געהויבענע און וויכטיגע כינוסים.
אין בעפארגרייטונג צו די כינוסים, האט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א זיך פארבינדן טעלפאניש ממעון הנופש אין מאליבא, קאליפארניע, און האט אין א ברייטן טעלפאנישן שמועס זיך פארבינדן מיט עטליכע פון זיינע אייניקלעך תושבים אין די אלע שכונות, וועמען דער רבי שליט"א האט באויפטראגט איבערצוגעבן פאר'ן ציבור בקשת קדשו באגלייט מיט די ברכות וואס דער רבי שליט"א שיקט פאר יעדן וואס איז זיך מקבל קבלות טובות זיך צו הייבן אין די ענינים.
אויסער דעם וועלן אפגעראכטן ווערן כינוסי חזק אין אלע אנדערע סקווערער צענטערן איבער דער גארער וועלט. אויף פארשידענע מקומות וועט מען האבן די זכי' אז הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלן ספעציעל קומען צו פארן און אויפטרעטן ביי די כינוסי חזק, אריינגערעכנט אין ארה"ק וואו עס וועט אפגעהאלטן ווערן דער צענטראלער כינוס חזק פאר די חסידים פון אלע מקומות בראשות הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א בנו הגדול פון רבי'ן שליט"א.
א באזונדערע איבערראשונג איז געווען פארן ציבור ווען עס איז איבערגעגעבן געווארן מבית כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אז לרגל דעם געהויבענעם "שבת חזק" וועט דער רבי שליט"א ארויסגיין מגדרו, און וועט עולה זיין לתורה ביי די עלי' פון "אחרון" אויפ'ן שטייגער פון שמחת תורה ווען דער רבי שליט"א איז עולה די עלי' פון "חתן תורה", אנדערש ווי דעם רבינס מנהג קבוע צו עולה זיין די עלי' פון "שישי". ווען דערביי וועט מען ליינען די זעלבע לעצטע קריאה אין די הייליגע תורה, איידער אנצוהייבן פונדאסניי די ווייטערדיגע קריאה פון די קומענדיגע סדרות אין די נייע ספר תורה.
דאס וועט נאכפאלגן מיט דעם געהויבענעם "מעמד שבח והודי'" וואס וועט אפגעראכטן ווערן בליל מוצש"ק פרשת משפטים־שקלים, ביי וועלכן מ'וועט צוזאמען אפגעבן שבח והודי' להשי"ת אויף די גרויסע חסדים, אז מען האט זוכה געווען מסיים צו זיין די קריאה אין די הייליגע בשותפות'דיגע ספר תורה, און בעיקר אז מ'האט זוכה געווען להתקדש בקדושת התורה, ביים זיך האלטן אזוי שטארק פעסט קעגן די פגעי ונסיונות הזמן מיט וואס די גאס איז ליידער אזוי שטארק געפלאגט.






תגובות