top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גלה כבוד מישראל: בארא פארק באוויינט הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן זצ"ל פון ניינטע עוועניו

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 4 דקות

מוצאי שבת פ' בא • ו' שבט | בחצרות הקודש


דער שטאט בארא פארק טוט באוויינען די פטירה פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן הרה"צ רבי יעקב יהוסף ראטטענבערג זצ"ל, מפארי האדמורי"ם אין שטאט וועלכער איז דעם ערב שבת נסתלק געווארן לשמי מרום אין עלטער פון זיבן און זיבעציג יאר.


דער רבי זצ"ל איז געבוירן געווארן בשנת תש"ט אלס בן יחיד צו זיין גרויסן פאטער, כ"ק אדמו"ר רבי אשר ישעי' ראטטענבערג זצ"ל מקאסאן, וועלכער האט באחרית ימיו אנגעפירט זיין הויף אין שטאט בני ברק, א זון פון כ"ק האדמו"ר רבי משה שמואל מקאסאן זצ"ל, וואס איז געווען א זון פון הרה"ק בעל "שמועה טובה" מקאסאן זצ"ל, זון פון הרה"ק בעל בני שלשים זי"ע, און צוגאב צו די קאסאנער דינאסטיע האט דער רבי זצ"ל געצויגן א הערליכע יחוס צו צדיקי בית זידיטשוב, קאמארנא, טאהש ולמעב"ק.


אין זיינע יונגע יארן איז דער רבי אויפגעצויגן געווארן אין קראונהייטס, וואו ער האט זיך מסתופף געווען ביי הרה"ק בעל "נועם אליעזר" מסקולען זצ"ל, צו וועם ער איז געווען דבוק כל ימיו. אלס בחור האט ער געלערנט אין די ישיבה הקדושה דסאטמאר אויף סענס סטריט, וואו ער האט קונה געווען תורה ויראה, און איז דאן געווארן מקושר צו הרה"ק מסאטמאר זי"ע צו וועם ער איז געליבן דבוק עד אחרית ימיו באורו ובמשנתו הטהורה.


שפעטער האט דער רבי גולה געווען למקום תורה און איז געפארן קיין ארץ ישראל, וואו ער האט געלערנט אין די בארימטער ישיבת חכמי לובלין ביים פוסק הדור הגה"ק בעל "שבט הלוי" זצ"ל, פאר גאנצע פינף יאר האט ער זיך דארט ממית געווען באוהלה של תורה אן אהיימצופארן אפילו איין מאל. דארט אין ארץ ישראל האט ער געוואוינט ביי זיין זיידן הרה"ק רבי משה שמואל מקאסאן זצ"ל אין בני ברק, פון וועם ער האט קונה געווען מלוא חפניים תורה און קדושה.


ווען ער איז אנגעקומען לפרק האיש מקדש, האט ער חתונה געהאט מיט די רעבעצין א טאכטער פון הרה"צ רבי מנחם מענדיל רובין זצ"ל מקערעסטיר, אן אייניקל פונעם הייליגן צדיק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, און נאך פילע קדושי עליון.


פאר לאנגע יארן האט דער רבי געדינט אלס מלמד דרדקי אין די בעלזא תלמוד תורה אין בארא פארק, וואו ער האט מיט א זעלטענע ענוות חן, אריינגעבלאזן אין די תלמידים א חיות דקדושה וואס איז ביי זיי שטענדיג געבליבן איינגעקריצט.

נאך בחייו פון זיין פאטער האט ער שוין משמש געווען ברבנות פון דעם שיינעם בית המדרש קאסאן ביים ווינקל פון די 50'סטע סטריט און 9'נטע עוועניו אין בארא פארק. נאך די פטירה פון זיין פאטער אין יאר תש"ע, איז ער אפיציעל נתמנה געווארן למלאות מקומו באדמורו"ת, וואו זיין בית המדרש איז געווען א לייכט טורעם פאר חסידים ומעריצים, וואו ער האט משפיע געווען מהוד תורתו וצדקתו על דרך אבותיו הקדושים.


דער רבי זצ"ל איז געווען אן ענוותן ושפל ברך, און א מאיר פנים לכל אדם, ער האט אפגעראכטן זיין הייליגע עבודה בהצנע לכת, זיין גאנצע מהות, איז געווען איין שטיק דביקות אין אויבערשטן. זיינע תפילות זענען געווען מלא כיסופין והתשפכות הנפש, בפרט איז איינגעקריצט די תפילת מנחה פון ערב שבת וואס דער רבי פלעגט דאווענען פארן עמוד מדי שבת בשבתו, וואו ער פלעגט שופך זיין נפשו בסילודין, און במיוחד ביי "בונה ירושלים" בעטנדיג אויף די גאולה שלימה.


באזונדער איז דער רבי זצ"ל געווען אויסגעצייכנט מיט זיין געוואלדיגע פרישות, מיט ארום צוואנציג יאר ווען עס האט אויסגעבראכן א שערוריא מיט טריפה פלייש אין ניו יארק, האט זיך דער רבי מקבל געווען נישט אריינצונעמען קיין פלייש אין מויל, א קבלה וואס ער האט אנגעהאלטן מיט מסירות נפש עד יומו האחרון.


דער רבי האט קובע געווען מקום לתורתו אין ביהמ"ד אמונת ישראל וואו ער פלעגט טראץ זיין חולשת גופו, גיין צופיס די לאנגע וועג אהין און צוריק, און לענגערע שעה'ן דארט עוסק געווען בתורה ועבודה.


די לעצטערע יארן האט זיך דער רבי ליידער געמוטשעט מיט שווערע יסורים ומכאובים רח"ל. ער האט מקבל געווען די יסורים באהבה, און ווייטער אנגעהאלטן זיין עבודת הקודש ביז די לעצטע תקופה ווען זיין מצב האט זיך שטארק פארערגערט. דעם ערב שבת קודש ה' שבט איז ער נסתלק געווארן לגנזי מרומים. די לוויה איז ארויס פון בית מדרשו אין בארא פארק אויפן וועג קיין מאנסי, וואו ער איז געברענגט געווארן למנוחת עולמים אויפן בית החיים "הר שלום", א דעטעלירטע באריכט פון די לוויה וועט נאכפאלגן.


דער רבי זצ"ל לאזט איבער א הערליכע דור ישרים מבורך, ההולכים בדרכי אבות, די זיהן הרה"ג ר' ישכר בעריש ראטטענבערג שליט"א איידעם ביי הגה"צ אבד"ק לובלין בארא פארק שליט"א, הרה"ג ר' משה שמואל ראטטענבערג שליט"א איידעם ביי הגה"צ אבד"ק אוהעל וויליאמסבורג שליט"א, הרה"ג ר' חיים שלמה ראטטענבערג שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א פון בארא פארק, הרה"ג ר' ברוך זאב ראטטענבערג שליט"א איידעם ביי הגה"צ אבד"ק לאנצוהט וויליאמסבורג שליט"א, הרה"ג ר' מנחם מענדיל ראטטענבערג שליט"א און הרה"ג ר' ישראל צבי דוד ראטטענבערג שליט"א. די איידימער זענען הרה"ג ר' אהרן שפיגל שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלושין זצ"ל, און הרה"ג ר' מרדכי צבי מייזליש שליט"א זון פון הגה"צ גאב"ד סיגעיט שליט"א.


אויך לאזט דער רבי איבער זיינע חשובע געשוויסטער: הרבנית מקאסאן תליט"א אשת כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א, הרבנית אשת חבר הגה"צ מהר"ש שיק זצ"ל אבד"ק היכל הקודש ברסלב, הרבנית אשת חבר הגה"צ ר' יעקב פרץ פריעדמאן זצ"ל אבד"ק טענקא ירושלים, הרבנית אשת הגה"צ אבד"ק מילדוי שליט"א, און הרבנית אשת הרה"ג ר' משה דוד האלפערט שליט"א.


וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה' - זכר צדיק לברכה לחיי העולם הבא!


תגובות


bottom of page