top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נייער היכל התורה אין בנין ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא באנייעט בנדבת לבם פון האחים הנגידים למשפ' שפירא

  • Bechatzros admin
  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' בשלח • ח' שבט | בחצרות הקודש

אין א פרייליכע אנטוויקלונג בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא, איז פארלאפענעם וואך געפראוועט געווארן מיט פראכט דער חנוכת היכל התורה אינעם בנין האדיר פון ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא אין בני ברק, בנדבת לבם פון משפחת שפירא המעטירה, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א.


דער בנין ביהמ"ד הגדול איז אין די לעצטע תקופה פארוואנדלט געווארן אין א ריכטיגן מגדל אור וואס דינט אלס איינער פון די צענטראלע מבצרי תורה ותפילה און א צענטער-פונקט נישט נאר פאר מאחנובקא בעלזא חסידים נאר פאר פילע תושבי בני ברק ומחוצה לה וואס זענען נהנה פון דעם בית גדול וקדוש, מיט איר פרעכטיגע מקווה טהרה, ברייטע חדרי תפילה, און נאך פילע איינריכטונגען אהערגעשטעלט בשלימות הפאר ובתכלית היופי, אצינד איז נתחנך געווארן דער נייער היכל התורה אויפן ערשטן שטאק פונעם בנין, א היכל רחב ידים וואס איז אויסגעשטאט מיט טויזנטער ספרי קודש און אלע איינריכטונגען כדי די הונדערטער לומדים זאלן קענען עוסק זיין בתורה מיט א באקוועמליכקייט און הרחבת הדעת.


די נייע היכל התורה איז נתנדב געווארן דורך האחים הנדיבים המפורסמים לבית משפחת שפירא לעילוי נשמת זייערע עלטערן, האי גברא רבה שלוחא דרבנן הרה"ג ר' אברהם יוסף המכונה ר' מוניע שפירא ז"ל, וועלכער איז געווען אדוק ומקושר בלב ונפש צו הרה"ק ממאחנובקא זי"ע, און זיין אשת חיל, וואס איז געווען א טאכטער פונעם פרעשבורגער רב הגה"ק בעל חשב סופר זצ"ל.


ווי געזאגט איז דעם לעצטן דאנערשטאג פארגעקומען דער מעמד חנוכת הבית און קריאת השם "היכל אברהם יוסף", אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, און די חשובע נדיבים די ברידער הנגיד ר' יצחק יהודה שפירא, הרה"ג ר' פנחס שפירא אבד"ק סאדיגורא תל אביב, און הנגיד ר' שמואל בנימין שפירא הי"ו פון וויען עסטרייך.


דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, ארומרעדנדיג בשבחם פון די חשובע נדבנים און ארויסגעברענגט די פעולות לטובה פון ר' מוניא ז"ל בימים ההם פארן כלל און דעם פרט, און איבער זיין אייגנארטיגע שפראך און חכמה מיט וואס ער איז געבענטשט געווארן. 


דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אז ווען ר' מאניע וואלט היינט געלעבט וואלט ער בלי שום ספק געברענג די גאנצע סוגיא פונעם חוק הגיוס צו אן ענדע, דער רבי האט דערביי געשילדערט וואס בדידי הוה עובדא, ווען ער האט אלס בחור געלערנט אין סקווירא און איז פארפלאנטערט געווארן מיטן מיליטער, האט הרה"ק מסקווירא זי"ע געשיקט א בריוו צו ר' מאניע, וועלכער האט מיט זיין השפעה און פאלטישע באציאונגען תיכף אלעס מסדר געווען אויפן בעסטן אופן.


בשעת די דברות קודש האט דער רבי אויך ארויסגענומען א קוויטל וואס ר' מאניע האט אים פערזענליך איבערגעגעבן פורים איינע פון די יארן להזכר לטובה, וואס האט שטארק מעורר געווען די רגשי הלב ביי די נדיבים. נאך די דברות קודש האט דער רבי מכבד געווען די נדיבים אויפצוטרעטן מיט ווערטער, און דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים, אנגעוואונטשן מברכות קדשו פאר די נדיבים ולכל העם הנאספים, און פארטיילט מילגרוימען פאר די נדבנים. צום שלוס פונעם מעמד האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה אינאיינעם מיט די נדיבים.



תגובות


bottom of page