top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע מאורעות ביי באזוכן פון האד' מצאנז בין כותלי המוסדות אין מאנסי

  • Bechatzros admin
  • לפני 5 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: לפני 4 ימים

דאנערשטאג פ' בא • ד' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


דעם דינסטאג אינדערפרי, דער דריטער טאג פון דער געהויבענער נסיעה, איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט״א אנגעקומען אויף א באזוך אין היכל ישיבה קטנה שפע חיים, וואו דער רבי שליט״א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און די קינדער פון די עלטערע כיתות אין תלמוד תורה.


נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין תלמוד תורה וואו דער רבי איז ארומגעגאנגען צווישן אלע כיתות זיך פאראינטערסירנדיג ביי די מלמדים איבער די לימודים, אין איינע פון די עלטערע כיתות האט דער רבי מיטגעהאלטן וואו דער מלמד האט פארגעלערנט א שטיקל פני יהושע פאר די תלמידים און דער רבי האט מוסיף געווען אייגענע חידושים אין די סוגיא בחדוותא דשמעתתא.


נאכן באזוך אין תלמוד תורה איז דער רבי צוריק צום ישיבה וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די רבנן ותלמידיהון, די תלמידי הישיבה מיט די מרביצי תורה. מען האט געזונגען ניגוני שמחה, און מיט פאסיגע ווערטער האט דער מנהל רוחני הרה"ג ר' צבי ארי' סעקולא שליט"א מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א אין נאמען פון אלע תלמידים.


דאן האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און דברי הדרכה איבערן ענין פון תורה און דרך ארץ, און דערביי שטארק משבח געווען די ישיבה קטנה וואס שמו הטוב הולך לפניו. 


נאכדעם זענען די בחורים אריבער אין א שורה אל מול פני הקודש און איבערגעגעבן די שובבים צעטליך מיט די שעות רציפות וואס מען האט געלערנט דורכאויס די ערשטע וואכן פון שובבים און די קבלה אויף די איבעריגע שובבים וואכן, דער רבי האט מיט גרויס קורת רוח מעיין געווען אין די קבלה צעטליך און פארטיילט מזונות פאר אלעמען.


שפעטער איז פארגעקומען דער צענטראלער מעמד קבלת פנים אין תלמוד תורה במעמד די הונדערטער ילדי תשב"ר וועלכער זענען געווען מלובש בבגדי שבת. אינצווישן די ניגונים האט איינער פון די קינדער געזינגען גראמען און דערנאך האט דער מנהל המוסד הרב דוד מאשינסקי מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט פאסיגע דברי ברכה. 


נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען אינעם בנין פונעם מיידל שולע בנות צאנז וואו עס איז געווען זמני כניסה פאר די חסידים תושבי מאנסי דורכצוגיין מיט קוויטלעך להיפקד בדבר ישועה ורחמים. מחמת דעם זמן קצר און מלאכה מרובה האט דער רבי גענומען די קוויטלעך אויף א שנעלן פארנעם אויפ'ן זעלבן אופן ווי בעפאר די ימים נוראים. 


איידערן פארלאזן דעם מוסד נאך די זמני כניסה וואס האט זיך פארצויגן גאנצע פינעף שעה איז דער רבי אריבער צום אפיס פונעם מנהל המוסדות הרב גבריאל יוסף ראזנבערג וואו דער רבי האט זיך אינטערסירט מהנעשה והנשמע בין כותלי המוסד און מאציל געוועהן ברכת קדשו. 


דער רבי האט דארט געדאוונט מעריב און דערנאך ממשיך געווען די זמני כניסה א קורצע צייט און זיך צוריק געקערט לבית האכסניא.



תגובות


bottom of page