top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נועדו יחדיו: האד' מצאנז אפגעשטאט ביקור נימוסין ביי האד' מבאבוב אין בארא פארק

  • Bechatzros admin
  • לפני 22 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' בשלח • ט' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין

היינט נאכמיטאג איז כ״ק אדמו״ר מצאנז שליט״א אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין ביי ש״ב כ״ק אדמו״ר מבאבוב שליט״א, זייענדיג צוגאסט אויף א באזוך אין בארא פארק. דער באבובער רב האט אויפגענומען דעם געהויבענעם גאסט במאור פנים און א קענטיגע הערצה, און עס איז דערביי אנטוויקלט געווארן א שיינעם שמועס איבער צדיקי בית צאנז און גארליץ. מ׳האט אויך ארומגעשמועסט איבער דער מצב אין אידישקייט אין ארץ ישראל לאור די גזירות על הדת, ובפרט די גזירות הגיוס.


דער רב שליט"א האט דאן מכבד געווען דעם גאסט מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב, דערביי האט דער צאנזער רבי זיך מזכיר געווען לבריאות השלימות, און דער רב האט אויך אנגעוואונטשן בנו הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם רב דחסידי צאנז אין אמעריקא און דער דיין הרה״ג ר׳ שלמה לייזער דומ״ץ צאנז בארא פארק.


דער צאנזער רבי האט זיך באדאנקט פאר'ן רב שליט"א פאר די אכסניא אין מאנסי, בבית הרבני הנגיד ר׳ מענדל בראכפעלד, קביעות'דיגע אכסניא פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, וואו דער רבי האט געוויילט די לעצטע וואך צייט, און זיך באנוצט מיט די פריוואטע מקוה און ביהמ״ד פונעם באבובער רב שליט״א. נאכן באזוך האט דער רב האט ארויסבאגלייט דעם אורח הגדול ביז צו די קאר, ונפרדו לשלום ברוב ברכות.



bottom of page