top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ספר המלך: עדת חסידי מאחנובקא בעלזא אין שפאנונג צו חגיגת הכנסת ספר תורה געשריבן לזכותו פון האד' ממאחנובקא בעלזא

  • Bechatzros admin
  • 31false16 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בשלח • ט' שבט | בחצרות הקודש

מיט פייערליכע שפאנונג רוישן זיך די פיבערהאפטיגע הכנות אין חצר הקודש מאחנובקא בעלזא צו די זעלטענע חגיגה "הכנסת ספר תורה" צו דעם "רבי'נס ספר תורה", די נייע ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן בשותפות דורך כל קהלא קדישא חסידי מאחנובקא בעלזא מכל קצוי תבל, לכבודו ולזכותו פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א.


שוין א לענגערע צייט כמעט צוויי יאר, וואס חסידי מאחנובקא בעלזא זענען נמנו לדבר מצוה רבה, צו שרייבן די בשותפות'דיגע ספר תורה לזכותו הרמה פנעם רבי'ן שליט"א, במשך די לעצטע תקופה זענען געווארן אנגעשלאסן אין די ספר תורה אלע מאחנובקא בעלזא חסידים זקנים עם נערים, און אין יעדע שטאט בכל מקומות מושבות חסידי מאחנובקא בעלזא איז געשטעלט געווארן ממונים צו מזכה זיין דעם ציבור בשותפות הספר, יעדער כפי דרגתו ומדרגתו.


אצינד ווען מען גרייט זיך צו מסיים זיין די מהודר'דיגע ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך א סופר מומחה א ירא שמים וואס איז אויסגעקליבן געווארן דורכן רבי'ן פערזענליך, ווערן שוין געמאכט די פיבערהאפטיגע הכנות צום מעמד הנהדר וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגן ב' אדר, מיטוואך פ' תרומה הבעל"ט. 


דער ספר תורה ווערט אריינגעגעבן לבית מדרשו של רבי, צום ביהמ"ד הגדול והחדש מאחנובקא בעלזא אין בני ברק, זייענדיג דאס ערשטע הכנסת ספר תורה צום נייעם ביהמ"ד זינט איר באנייאונג מיט עטליכע יאר צוריק. 


די חגיגה וועט זיין געפלאכטן מיט א שמחה אינעם רבינס הויף, שטייענדיג נאך אין די שבעת ימי המשתה נאך די חתונה פון א אייניקל ביים רבי'ן, די כלה א טאכטער פונעם רבינס איידעם הגה"צ רבי יוסף מאיר מאשקאוויטש שליט"א דומ"ץ מאחנובקא בעלזא, וואס וועט פארקומען א טאג פריער דינסטאג תרומה אין גרויסן מאחנובקא בעלזא ביהמ"ד.


פילע חסידים און געסט פון אלע עקן וועלט זענען ערווארטעט מיטצוהאלטן די געהויבענע ימי חגיגה נאכגעפאלגט מיטן שבת של שמחה - די שבת שבע ברכות במחיצת הקודש פונעם רבי'ן אין בני ברק.

די מעמד סיום כתיבת האותיות וועט פארקומען אינעם תלמוד תורה אויף רחוב השל"ה און פון דארט וועט די ספר תורה ארויסגעפירט ווערן לרחובה של עיר מיטוואך נאכמיטאג, באגלייט מיט תופים ומחולות און ריקודין עלאין דורכ'ן גאנצן ציבור אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, ביז צום ביהמ"ד הגדול וואס איז נאך הולך ונבנה, און דארט וועט דער רבי מעריך זיין די עבודת הקודש פון הקפות און ריקודין קדישין.


דערנאך וועט זיין צוגעשטעלט די סעודה לכבודה של תורה אינאיינעם מיטן שמחת השבע ברכות און א היסטארישע התכנסות כללי פאר כל הקהל הקודש, חסידי מאחנובקא בעלזא, בעה"ב, אברכים, און בחורים אינעם אולם השמחות אויפן אונטרשטן שטאק פון ביהמ"ד, ביי וועלכן דער בעל שמחה דער רבי וועט מפאר זחחם בראש קהל עדת צאן מרעיתו.

תגובות


bottom of page