שיינעם ציבור חסידים ומעריצים מיטגעהאלטן שבת יארצייט פון הרה"ק בעל צמח דוד מסקאליע זי"ע בחצה"ק סקאליע
- Bechatzros admin
- לפני 14 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' בשלח • ח' שבט | בחצרות הקודש

בהתעוררות רב איז דעם שבת פר' בא געפראוועט געווארן בחצר הקודש סקאליע, די 47'סטע יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל צמח דוד מסקאליע זי"ע בצל נכדו ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א.
אויף שבת זענען געקומען צו פארן פילע געסט, מיטצוהאלטן דעם שבתא דריגלא בצל הקודש, און דורכאויס אלע טישן במשך דעם שבת האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש במשנתו הטהורה פונעם זיידן דער בעל הילולא צו וועם דער רבי איז געווען אזוי צוגעבינדן בחיים חיותו.
במוצאי מנוחה, איז פארגעקומען די מעמד "זכרון צדיק" לרגל די הילולא קדישא, ווי עס זענען געהערט געווארן סיפורים ועובדות פון די גדולי תלמידי בעל הילולא וואס האבן איבערגעגעבן ערשטהאנטיגע זכרונות און עובדות, וואס זיי האבן פערזענליך מיטגעהאלטן בצל קדשו.
צום ערשט האט מען געהערט א רירענדע דרשה פון הרה"ג ר' בנימין ראזענבערג שליט"א וועלכע האט דערציילט פון די לעכטיגע זמנים און טישן וואס ער האט זוכה געווען מיטצולעבן ביים רבי'ן זי"ע און אראפגעגעבן די מושג פון א פארצייטישע צדיק וואס מ'האט געזען ביים רבי'ן. צום שלוס, האט ער ארויסגעברענגט די געוואלדיגע אהבה און חיבה יתירה וואס דער רבי דער בעל הילולא זי"ע האט ארויסגעצייגט פאר נכדו חביבו דער רבי שליט"א, און ווי ער האט געקוואלן פון נחת דקדושה זעענדיג ווי די דורות ציען זיך ווייטער בדרך אבותיו הקדושים.
דאן האט מען געהערט זכרונות פון הרה"ג ר' אהרן גליק שליט"א מקאמעניץ און הרה"ג ר' משה ענגלארד שליט"א ראש ישיבת חתן סופר, וועלכע האבן דערציילט פערזענליכע עובדות וזכרונות וואס זיי האבן מיטגעלעבט ביים רבי'ן ז"ל.
צום שלוס האט אויפגעטראטן הרה"ח ר' מנחם ראזענבערג הי"ו וועלכע האט געהאט די זכיה צו דינען אלס הויז-בחור ביים בעל ההילולא און האט איבערגעגעבן אינטערסאנטע זכרונות בקודש פנימה.
ביים מעמד האבן זיך באטייליגט צווישן אנדערע: האדמו"ר מבוטושאן, הגה"צ ר' אשר עקשטיין דומ"ץ בעלזא, הרה"צ ר' שמעון יצחק יונגערווירטה אב"ד חוסט, הרה"ג ר' חיים אלעזר מאנדלאוויטש דומ"ץ טארטיקוב וחתן האדמו"ר מסערדאהעלי, הרה"ג ר' צבי ווייס שליט"א אב"ד אוהעל ב"פ, הרה"ג ר' משה סופר אב"ד ערלוי ב"פ, און נאך.











