top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביקור המרומם פון האד' מצאנז אין שטאט מאנסי | חלק ב'

  • Bechatzros admin
  • לפני יומיים
  • זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פ' בשלח • ז' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין

חסידי צאנז תושבי מאנסי, יוג און אלט לעבן די טעג מיט געהויבענע טעג במחיצתו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א בזמן שהצדיק העיר, זייענדיג צוגאסט אין שטאט לחיזוק ולביסוס הקהלה.


מיטוואך אין די מיטאג שעהן איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אינעם צאנזער כולל "מבצר התורה" וואו די מנהלים גשמיים האבן ארומגעוויזן דעם רבין, דערנאך האט די רבי געשמועסט מיטן ראש הכולל הרה"ג ר' אליעזר עמרם אייזענבערגער שליט"א און מיט הרה"ג ר' יחזקאל יהודה פרידלענדער שליט"א ראש כולל ש"ס, וואו דער רבי האט מיט א קורת רוח זיך אינטרעסירט אויף די לימודי הכולל, און איבער די געפלאנטע מעמד יובל העשור יוצאים להוראה פאר די הונדערטער חברי הכולל דחסידי צאנז אין ניו יארק, וואס קומט פאר היינט אויפדערנאכט אין שפיץ פון רבי'ן אין ביהמ"ד קהל עדת חסידים אויף בעיטס דרייוו אין מאנסי.


פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום מושב זקנים אין מאנסי וואו דער רבי האט באזוכט ביי הישיש ר' שמואל שוועד הי"ו מתלמידי הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע וואו דער רבי האט אויסגעפרעגט ר' שמואל איבער זיינע זכרונות פון די תקופה וואס ער איז געווען מיטן טאטן אין די קעמפס אין פערנוואלד נאכן ביטערן צווייטן וועלט קריג.


שפעטער נאכמיטאג נאך מנחה בבית האכסניא, איז געווען זמני כניסה ספעציעל פאר די נגידים בעם וואס האבן זיך משתתף געווען מיט גרויסע סכומים לביסוס הקהילה והמוסדות אין מאנסי, ווי די רבי האט געטיילט א מתנת קודש פאר אלע נגידים א קייטל מיטן אות ה' המסוגל לשמירה והצלחה.


אויפדערנאכט איז דער רבי ארויסגעפארן קיין בארא פארק לכבוד די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי ידידו ורעו כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט''א פון מאנטשעסטער תומך נלהב פון די מוסדות הקדושים דחסידי צאנז, די כלה א טאכטער ביי בנו יחידו הרה"ג ר' יואל ווייס שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין די הייטנער זאל אין בארא פארק.


ביים אנקומען האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיטן זיידן די האראדענקא רבי'ן און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים, און ארומגעשמועסט מיט די אנדערע זיידעס הגה"צ אבד"ק פאקשעוויץ טשענסקאוויץ שליט''א און האדמו''ר מביאלא לאנדאן. דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אויף א מחול לצדיקים אינאיינעם מיט די חתן מחותנים און זיידעס, און זיך צוריק געקערט צום אכסניא אין מאנסי.


דאנערשטאג נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען צו די ישיבה קטנה שפע חיים אין מאנסי וואו דער רבי האט געדאוונט מנחה, קריאת ויחל, און סליחות וואו דער מנהג יעדן דאנערשטאג פון שובבים. תיכף דערנאך האט מען געדאוונט מעריב, נאכגעפאלגט מיט א מעמד לחיים לכל קהלא קדישא הדין, אינאיינעם מיטן חודש'ליכע סיום הש"ס וואס ווערט געלערנט דורך די חברי הקהילה מידי חודש בחודשו, און די התחלת הש"ס צום 45'סטן מאל. 


דער רבי שליט"א האט מכבד געווען דער דיין הקהילה הרה"ג ר' מאיר אייזנבערגער שליט"א אויפצוטרעטן, דער דיין האט שטארק אויסגערימט די קהילה און מאנסי און במיוחד מציין געווען לשבח די שינויים לטובה וואס הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם רב דחסידי צאנז אין אמעריקא האט אויפגעטון מרחיב צו זיין די גבולים אינערהאלב די קהילה און מוסדות. 


מיטן סיום הש"ס איז נתכבד געווארן דעם רבינס זון הגה"צ אבד"ק צאנז ארה"ב שליט"א און נאכן קדיש דרבנן האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש לכבוד העם הנאספים און דערביי אויסגעדרוקט זיין התפעלות נאכן באזוך אין די קהילה אין מאנסי, וואס האט זיך אזוי שיין צובליעט און צעוואקסן לשם ולתפארת.


שפעטער ביינאכט איז אריבערגעקמען אויף א באזוך צום רבי'ן אין די אכסניא כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס איבער די צדיקים לבית סקולען, די געוואלדיגע אויפטוהונגען פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע, און נאך שיינע ענינים. 



תגובות


bottom of page