top of page
בשלום הצאן: האד' מוויען באזוכט אין תלמוד תורה וויען אין בארא פארק לרגל חדר פירן פון א אייניקל
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי,JDN


חסידי בעלזא אין אויפבליענדע "הר יונה" געשפאנט צו לענגערע ביקור הוד דורך הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט שפאנענדע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי די הונדערטער משפחות חסידי בעלזא איינוואוינער פון די אויפבליענדע שטאט "הר יונה" איבער א ביקור הוד וואס מ'וועט זוכה זיין מיטצולעבן מיט'ן אורח הדגול הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער וועט אנקומען אויף ימי התוועדות והתעלות רוחניות בקרב החסידים, ווען דער הויכפונקט וועט זיין דער געהויבענער שבת התאחדות, דעם קומענדיגן שבת נאך פסח, פר' תזריע טהרה. דער באז


האד' מסאדיגורא ביים מאלן ווייץ, מים שלנו און אפיית מצות לקראת יום טוב פסח הבעל"ט | בילדער גאלעריע
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר כמידי שנה בשנה האט כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א געבאקן די מצות לקראת חג הפסח הבעל"ט, וואו עס איז געווען דער מנהג ביי צדיקי בית רוזשין לדורותיהם אין טאג פון ה' ניסן ווען עס געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע. די הכנה למצוה האט זיך שוין אנגעהויבן בעפאר שבת ווען דער רבי האט געמאלן די ווייץ לשם מצות מצווה, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס דער רבי האט אליינס עוסק געווען במצווה כאטש עס איז נ


האד' מזוטשקא ירושלים אין שפיטאל צוליב הארץ קאמפליקאציעס; וועט אריבערגיין סטענט פראצעדור
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש השתדלו והרבו תחינה ובקשה: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא ירושלים שליט"א וועלכער גייט יעצט דורך א הארץ פראצעדור אין די הדסה שפיטאל אין ירושלים. דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי שליט"א ליידט שוין די לעצטע עטליכע יאר פון געוויסע מיחושים אויפן הארץ, און איז שוין אינעם פארגאנגענהייט דורך ענדליכע סטענט פראצעדורן מיט בערך צוויי יאר צוריק. אין די לעצטע תקופה האט דער רבי געליטן פון פרישע מיחושים אויפן


שמחת קישור החיתון אין הויפן פון לעלוב - מודזיץ - אפאלע - מאקאווא
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן זונטאג איז בשעה טובה ומוצחלת געשלאסן געווארן די שידוך פון די חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, א זון פון בנו הגדול הרה"צ רבי יואל זושא בידערמאן שליט"א רב חסידי לעלוב איידעם פון הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מאפאלע שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, די שמחת התנאים איז פארגעקומען שפעטער אויפדערנאכט אין ביהמ"ד אפאלע אין בני ברק אין שפיץ פון די זיידעס


הערליכער מעמד חלוקת פרסים פאר תלמידי ישיבה קטנה צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק
זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י. דעם מאנטאג נאכט האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א באשיינט די מעמד כבוד התורה אשריכם תלמידי חכמים פאר די בחורי חמד תלמידי ישיבה לצעירים צאנז קלויזענבורג פון בארא פארק וואס האבן זיך פארהערט אויף די לימודים פארגאנגענעם יאר בין כותלי הישיבה, כרצון קדשו פונעם רבי'ן שליט"א. די מעמד איז פארגעקומען אין די זאל בית אסתר אין בארא פארק מיט די השתתפות פון די בחורים און הורי התלמידים. ווען דער רבי איז אריינגעקומען


משוררים פון "סקווירא קאפעליע" פערזענליכע געסט ביים שבע ברכות בבית האד' מסקווירא
זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג ,JDN אן אייגענארטיגע שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענע וואך בשמחת בית סקווירא, צו וועלכן עס זענען ספעציעל געווארן איינגעלאדענט, די משוררים און מנגנים פון די סקווירא קאפעליע, וואס האבן כסדר די זכי' מהנה צו זיין דעם ציבור ביי די געהויבענע מאורעות אין סקווירא הויף. די שבע ברכות איז געווען מיט די פרעזענליכע השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, כאות הוקרה פאר די חשובע מנגנים וועלכע געבן אוועק צייט און כ


באשיידענע "תקנות בר מצווה" פון אייניקל ביי האד' מבאבוב און גאב"ד סאטמאר בארא פארק
זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער דעם פארגאנגענע מיטוואך נאכט איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, בן לבנו הגדול הרה"צ ר' חיים שלום הלברשטאם שליט"א חתן הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א. די שמחה איז פארגעקומען אויף א באשיידענעם פארנעם לויט די תקנות דק"ק באבוב מיט די באטייליגונג פון די בני המשפחה אין שטוב פונעם בעל שמחה הרה"צ ר' חיים שלום שליט"א. ביים אנהייב פונעם סעודה האט דער בר מצוה בחור געזאגט


בני ברק: האד' מתורת חכם איבערגעגעבן טיפזיניגע קבלה שיעור אין ישיבת תורת הנסתר "עיטור הרבנים"
זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מיטוואך נאכמיטאג איז הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם אנגעקומען קיין בני ברק, וואו ער האט געדינט אלס סנדק ביי א ברית לבן אחד מחסידיו אין שטאט. נאכן ברית איז דער רבי אריבער לבית מדרשו פון מחותנו כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א פון אבן עזרא, און דארט איבערגעגעבן א שיעור מיוחד איבער כוונות ליל הסדר ע"פ שיטת ה"סולם" אין ישיבת עיטור הרבנים. דער באזוך האט ארויסגערופן א שטארקע התרגשות צווישן שומעי לקחו פונעם רבי'ן און בכ


האד' מגור שטרייכט אונטער וויכטיגקייט פון אריינגיין אין באמבע שעלטערס נאך היינטיגע מיסיל אטאקע אין ערד
מוצאי שבת פ' ויקרא • ג' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש יעצט מוצאי שבת קומט אריין די שווערע בשורה איבער א שוידערליכע איראנער מיסיל אטאקע אויף א באוואוינטע געגענט דחסידי גור אין שטאט ערד, נאך וואס א ריזיגע שטיק פון אן איראנער מיסיל האט אראפגעקראכט אויף די שמעון גאס אין שטאט, און ברוכווארג דערפון האט באטראפן ארומיגע בנינים וואו עס וואינען צענדליגער משפחות חסידי גור, שאפנדיג שווערע שאדנס. די הצלה פאראמעדיקס וואס האבן רעאגירט צו דער סצענע באריכטן צענדליגער פארוואונדעטע, אריינגערעכנט קל


ברא כרעיה דאבוה: יומא דהילולא פון הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל בצל הקודש פון בנו האד' מסקולען מאנסי
דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ,JDN


שיינעם סעודת הילולא פון הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצוק"ל אין ירושלים עיה"ק
מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN לכבוד די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל וואס איז אויסגעפאלן דעם שבת כ"ה אדר, האט בנו הצעיר ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א אפגעראכטן דעם סעודת ההילולא אינאיינעם מיטן סעודת מלוה מלכה מוצאי שבת קודש בבית מדרשו אין ירושלים, וואו עס האט אויפגעטרעטן אלס נואם הכבוד הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב וואס האט זוכה געווען צו


געהויבענע ימי ההילולא פון הרה"ק בעל ברכות שמים מקאשוי זי"ע בצל הקודש פון בנו ממשיך דרכו האד' מקאשוי
מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש גאר געהויבן זענען פאראיבער די ימי ההילולא קדישא פון הרה"ק בעל ברכות שמים מקאשוי זי"ע, בצל בנו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א. די ימי ההילולא האבן זיך פאקטיש אנגעהויבן מיט דעם שבת קודש בעפאר די יארצייט, ווען פילע תלמידי וחסידי קאשוי האבן זיך מסתופף געוועו בצל קדשו פונעם רבי'ן אין וויליאמסבורג, אין די שבת לפני ההילולא פון אביו הגדול זי"ע. אין לויף פונעם שבת האט די רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו די תפילות פון קבלת שבת


שמחת הבר מצווה פון ערשטן אייניקל ביי האד' מקרעטשניף סיגעט אפגעראכטן אין בית שמש
מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מ.א. נוימן די הערצער פון חסידי קרעטשניף־סיגעט זענען נאך איבערגעפילט מיט שמחה און התרגשות נאכן מיטלעבן די שמחת הבר מצוה פון די עלטסטע אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט״א, א זון פונעם רבינס איידעם הרה״צ ר׳ יוסף ישראל זעגלובים שליט״א בן כ''ק אדמו"ר מוויען פלעטבוש שליט"א. די בר מצוה איז פארגעקומען פארגאנגענעם מוצאי שבת אין ביהמ"ד קרעטשניף סיגעט אין בית שמש, מיט די באטייליגונג פון א גרויסן ציבור חסידים און א


בצל קורתו: הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א זיך מסתופף געווען שבת החודש בצל הקודש פון האד' מפשעווארסק
מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש א שיינע שבת איז געווען די וואך אין די פשעווארסקער הויף אין אנטווערפען, וואו עס האבן געוויילט הונדערטער געסט פון אלע עקן וועלן במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א לרגל "שבת החודש-מברכין החודש ניסן", ובראשם האט זיך אנגעזעהן צווישן די רבנים חשובים, דער אורח הדגול הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועמען דער פשעווארסקער רבי שליט"א האט אויסטערליש מכבד געווען זייענדיג פקוע שמיה אלס איינער פון די גדולי הפוסקים, ודולה ומשקה


האד' מנדבורנה אונטערגענומען לאנג פארצווייגטע נסיעה צום הילולא אין ליזענסק טראץ שווערע אומשטענדן
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש כמידי שנה בשנה איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנה שליט"א ארויסגעפארן צום הילולא קדישא כ"א אדר אין ליזענסק, טראץ די שווערע אפקומענישן וואס די נסיעה איז געווען פארבונדן היי יאר אין שאטן פון דער מלחמה אין ארץ ישראל, און האט פון דארט ממשיך געווען קיין ניו יארק אויף די יערליכע באזוך לטובת מוסדותיו הק'. שוין צענדליגער יארן וואס דער רבי שליט"א איז זיך נוהג געווען ארויסצופארן צום הילולא קדישא פונעם הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע, זייענדיג אדוק


יערליכע מלוה מלכה לטובת די קמחא דפסחא דק"ק טשערנאביל | גאלעריע
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN דעם מוצאי שבת העעל"ט איז אפגעהאלטן געווארן די יערליכע מלוה מלכה לטובת מפעל קמחא דפסחא דחסידי טשערנאביל, ס'איז פארגעקומען אין די לוקסור זאל אין בארא פארק, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועלכער האט אדרעסיט די מעמד און ארויסגעברענגט די חשיבות און זכי' צו קענען ארויסהעלפן אידישע קינדער אריינצוטרעטן אין יום טוב פסח בהרחבה.


תורה תורה חגרי שק: הגה"צ חו"פ רבי יוסף יהושע העשיל בלום זצ"ל גאב"ד קרית קאשוי נפטר געווארן
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס צער און טרויער ווערט אויפגענומען די בשורה קשה איבער די הסתלקות פון הגה"צ חסידא ופרישא רבי יוסף יהושע העשיל בלום זצ"ל גאב"ד קרית קאשוי וואס איז נסתלק געווארן אין עלטער פון צוויי און זיבעציג יאר נאך א קורצע קרענק ל"ע, צום גרויס באדויער פון גאנץ כלל ישראל און במיוחד די תושבים אין קרית קאשוי בעדפארד היללס וואו דער פרייליכער זמן פון חודש אדר איז צושטערט געווארן ווען עס איז אוועקגעריסן געווארן דעם גאון וצדיק וואס האט פארשיי


קביעת מזוזות אין נייע העריטעדש זילבער געשעפט אין וויליאמסבורג דורך האד' מסאטמאר
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך בעת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך געפונען אין וויליאמסבורג צו די וועכענטליכע זמני כניסה איז דער רבי אנגעקומען אויף א קביעות מזוזה אינעם נייעם לאקאציע פון העריטידזש זילבער אינעם דאבעליו מאלל אין שטאט, אונטער די אייגנטומערשאפט פון הנגיד החסיד ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו און ר' וואלף מענדלאוויטש הי"ו ביידע מחשובי חסידי סאטמאר. דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך אריין און זיך אומגעקוקט


פילצאליגע תלמידים וחסידים ביי סעודת הילולא פון כ"ק אדמו"ר מחוסט זצוק"ל אור ליום כ"ט שבט
מאנטאג פ' ויקרא • כ''ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש פילצאליגע תלמידים און חסידים האבן מיטגעהאלטן געהויבענע סעודת הילולא, פון הרה"ק רבי שמואל שמעלקא לייפער זצוקללה"ה אדמו"ר מחוסט וראש ישיבת תורת חסד, וועלכע איז פארגעקומען פארגאנגענעם זונטאג פר' תרומה, אור ליום כ"ט שבט העעל"ט, לרגל די דריטע הילולא קדישא זינט זיין הסתלקות אין שנת תשפ"ג לפ"ק. די סעודת הילולא איז פארגעקומען אין פראכטפולן זאל "אנשי ספרד" אין בארא פארק, וואו עס האבן זיך פארזאמלט די פילע מעריצי זכרו הטהור, אין שפיץ פונעם


bottom of page
