top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

משוררים פון "סקווירא קאפעליע" פערזענליכע געסט ביים שבע ברכות בבית האד' מסקווירא

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק ג,JDN

אן אייגענארטיגע שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענע וואך בשמחת בית סקווירא, צו וועלכן עס זענען ספעציעל געווארן איינגעלאדענט, די משוררים און מנגנים פון די סקווירא קאפעליע, וואס האבן כסדר די זכי' מהנה צו זיין דעם ציבור ביי די געהויבענע מאורעות אין סקווירא הויף. די שבע ברכות איז געווען מיט די פרעזענליכע השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, כאות הוקרה פאר די חשובע מנגנים וועלכע געבן אוועק צייט און כח, צו באשיינען די שמחות און מעמדים בחצר הקודש.


במשך די סעודה האבן די מנגנים געזינגען א סעריע פארצייטישע ניגונים וואס ווערן געזינגען ביי די מאורעות בחצר הקודש סקווירא, אזוי אויך האט דער בעל מנגן ר' משה אייזענבערג הי"ו אויפגעטראטן מיט גראמען וואו ער איז דורכגעלאפן די מעגל השנה בחצר הקודש סקווירא, באגלייט מיט ניגונים וואס ווערן געזינגען דורכאויס די ימים טובים.


בין הפרקים האט מען געהערט א שיינעם דרשה פונעם מחותן הרה"צ ר' יעקב יוסף שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די זכי' פון מהנה זיין דעם רבי'ן שליט"א ביי די שמחות און מעוראות. אויך האבן אויפגעטראטן די חברי הקאפעליע הרב שרגא אביגדור שווארץ, הרב אפרים בוקסבוים און הרב אהרן גאלדקלאנג. אינצווישן אנדערע האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן די סכום שעות וואס די קאפעליע מיטגלידער האבן געזונגען דורכאויס דעם יאר ביי די מעמדים און שמחות אין הויף.


צום הויכטפונקט האט מען זוכה געווען צו הערן דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכע האט ארויסגעהויבן די ראלע פון די מנגנגים וועלכע זענען מהנה אזויפיל אידישע קינדער און ברענגען אריין שמחה און התעוררות אין אידישע הערצער. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הודאה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד לכבוד די שמחה.


צום שלוס האבן זיך אויך באטייליגט די ילדי חן וואס האבן די זכיה צו זיין א טייל פון די קאפעליע און זענען אריבער מקבל זיין ברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א. נאכן מסיבת שבע ברכות האט דער רבי פארטיילט א 'ספר תהלים' פאר אלע חברי הקאפעליע כאות הוקרה והערכה, באגלייט מיט א ברכת קודש.



תגובות


bottom of page