top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת הבר מצווה פון ערשטן אייניקל ביי האד' מקרעטשניף סיגעט אפגעראכטן אין בית שמש

  • לפני 6 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מ.א. נוימן

די הערצער פון חסידי קרעטשניף־סיגעט זענען נאך איבערגעפילט מיט שמחה און התרגשות נאכן מיטלעבן די שמחת הבר מצוה פון די עלטסטע אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט״א, א זון פונעם רבינס איידעם הרה״צ ר׳ יוסף ישראל זעגלובים שליט״א בן כ''ק אדמו"ר מוויען פלעטבוש שליט"א.


די בר מצוה איז פארגעקומען פארגאנגענעם מוצאי שבת אין ביהמ"ד קרעטשניף סיגעט אין בית שמש, מיט די באטייליגונג פון א גרויסן ציבור חסידים און אוהדים זייענדיג די ערשטע שמחה אין הויף, זינט דער רבי האט איבערגענומען די כתר ההנהגה דעם זומער.


ביים ערשיינען צו די שמחה האט דער רבי שליט״א געצונדן די ליכט לכבוד סעודת מלווה מלכה און זיך געוואשן צום סעודת מצוה. דער מזרח איז באשיינט געווארן דורך מערערע אדמורי״ם ורבנים חשובים פון דער שטאט, וועלכע זענען געקומען אפגעבן מזל טוב פאר'ן רבי'ן שליט״א.


במשך די שמחה האט מען געהערט דברי ברכה פון דער עלטער זיידע הגה״צ אבד"ק סערדאהעלי שליט״א פון בית שמש, און דער זיידע דער רבי שליט״א וועלכער האט ארומגערעט איבער די גרויסע שמחה און חיוב הודאה על כל הטוב. דערנאך האט מען געהעאט קורצע דרשות פון הגה״צ רבי יהושע ראזנבערגער שליט''א גאב״ד קרית הרמ״א אין בית שמש, ווי אויך דער פעטער הרה״צ ר׳ מנחם בן ציון זעגלובים שליט״א, מג״ש אין די סאטמארער ישיבה.


במשך די סעודה האט זיך דער רבי שליט״א עטליכע מאל אויפגעשטעלט טאנצן מיט די אנוועזנדע רבנים ואדמורי״ם שליט״א, און דער רבי האט באזונדער געטאנצט מיטן אייניקל בר מצוה בחור, און מיט זיין איידעם דער בעל שמחה.


מיט בענטשן האט דער רבי מכבד געווען זיין שווער דער סערדאהעלי רב שליט"א, און נאכן בענטשן האט דער רבי פארטיילט כוס של ברכה און קנאבל, כנהוג בחצרות קרעטשניף, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין מיט די ניגונים וואס מען זינגט א יעדע וואך נאך מלווה מלכה.


דער רבי האט איבערגענעכטיגט אין בית שמש און אויפצומארגנס זונטאג אינדפרי תפילין געלייגט פארן חתן הבר מצוה אין קרעטשניף סיגוטער ביהמ"ד, נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים לכבוד די שמחה.



תגובות


bottom of page