top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענע ימי ההילולא פון הרה"ק בעל ברכות שמים מקאשוי זי"ע בצל הקודש פון בנו ממשיך דרכו האד' מקאשוי

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

גאר געהויבן זענען פאראיבער די ימי ההילולא קדישא פון הרה"ק בעל ברכות שמים מקאשוי זי"ע, בצל בנו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א.


די ימי ההילולא האבן זיך פאקטיש אנגעהויבן מיט דעם שבת קודש בעפאר די יארצייט, ווען פילע תלמידי וחסידי קאשוי האבן זיך מסתופף געוועו בצל קדשו פונעם רבי'ן אין וויליאמסבורג, אין די שבת לפני ההילולא פון אביו הגדול זי"ע.


אין לויף פונעם שבת האט די רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו די תפילות פון קבלת שבת און מוסף, און עולה געווען מפטיר פרה. ביי של"ס האט די רבי שליט"א ביי די דב"ק אויסגעטייטשט די פסוקי הפרשה ע"ד מוסר ואגדה במשנתו פונעם בעל הילולא, אזוי אויך מוצאי שבת קודש האט די רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מעריב.


זונטאג ויקהל פקודי אויפדערנאכט ליל ההילולא קדישא, איז די רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול קאשוי אויף ספענסער סטריט אין וויליאמסבורג, און פארגעדאווענט מעריב פארן עמוד. דערנאך האט מען זיך געוואשן צו די גרויסארטיגע סעודת הילולא, און דער רבי שליט"א האט מעריך געווען דערביי שולחנו הטהור ברוב עם הדרת מלך.


צוערשט איז פארגעקומען א סיום הש"ס און סיום ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן לעילוי נשמתו הטהורה, די רבי האט געזאגט דעם קדיש און געוואונטשן לחיים און ברכת קדשו.


דורכאויס די טיש האבן זיך אנגעזעהן צווישן די פילע זקני תלמידים וחסידים שיחי', דעם רבינס שוואגער הגה"ג גאב"ד יעמרינג שליט"א וועלכע איז אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד, כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון ב"פ, כ"ק אדמו"ר מנאנאש שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסטרעטין שליט"א, הגה"צ אב"ד סאמבור שליט"א, הגה"צ אב"ד אליק שליט"א, הגה"צ דומ"ץ קיט"ל מירטל שליט"א, הגה"צ רבי יעקב מנחם שטייף שליט"א דומ"ץ קאשוי ומו"ץ התאחדות הרבנים, א שיינעם צאל נכדי בעל ההילולא און נאך רבנים חשובים.


נאכן זינגען ווארעמע ניגוני קודש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מוה"ר יונתן שטייף שליט"א פון מאנסי א נאנטע תלמיד פונעם בעל ההילולא, צו דערציילן עובדות וסיפורים וואס ער האט אליינס בייגעוואוינט, און פילע הדרכות און הנהגות וואס ער האט פערזענליך מקבל געווען.


דערנאך האט מען זוכה געווען צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכע האט שטארק ארומגערעדט איבער די געהויעבנע ענינים וואס מען האט געזען ביי דעם בעל ההילולא זי"ע בג' עמודי עולם, ובפרט די גרויסע התמדת התורה, און איבער זיין גרויסקייט אין מדות טובות, און אויסגעפירט די דברות קודש מיט ווארעמע ברכות לרוב פארן ציבור הנאספין.


נאך די דברות קודש האט די רבי געבענטשט ברכת המזון על הכוס און דער גאנצע ציבור איז אריבער וואונטשן דעם רבי'ן לחיים און נעמען כוס של ברכה.


אויפצומאגנס מאנטאג אינדערפרי, איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין די ישיבה קטנה אהל רפאל קאשוי, וואו די רבי שליט"א איז צוגעגאנגען צום עמוד.


נאך תפילת שחרית איז פארגעקומען א מעמד לחיים, ווי די בחורים האבן מסיים געווען ששה סדרי משנה. עס זענען געזינגען געווארן ניגוני התעוררות, און די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש אויפפאדערנדיג דערביי די תלמידים צו מאכן די ריכטיגע הכנה איידערן ארויפגיין צום ציון הקדוש בעצם יומא דהילולא, און גלייכצייטיג דערמאנט די געוואלדיגע כח התורה פונעם בעל ההילולא, אויפברענגענדיג צווישן אנדערע ווי די רבי זי"ע פלעגט לערנען אכצן שעה א מעת לעת, ווען אין די זעלבע צייט איז ער גאר שטארק נזהר געווען אין דעם ענין פון בין אדם לחבירו, און די מוסר השכל וואס דאס באדייט היינט פאר א קאשוי'ער תלמיד.


ארום פיר דרייסיג נאכמיטאג האט זיך די רבי שליט"א ארויסגעלאזט אינאיינעם מיט די תלמידים אויפן וועג קיין קרית קאשוי בעדפארד היללס, צום עליה לציון הקדוש.


אויפ'ן וועג ארויף האט זיך דער רבי אפגעשטעלט און געגעבן צדקה פאר אלע גבאי צדקה און מוסדות התורה.


דערנאך האט די רבי שליט"א געצינדן ליכט ביי די ציונים פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה און פון אחיו בעל שיח חיים מקאשוי זצוק"ל. באזונדער האט די רבי שליט"א געצינדן ליכט ביי מקום מנוחתו פונעם בעל ההילולא, און דאן האט די גאנצע ציבור אינאיינעם געזאגט די קאפיטלעך תהילים פון ספר רביעי מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש.


די רבי האט אויסגעלאזט מיט די יהי רצון איינרייסנדיג דערביי למען הכלל והפרט. דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט און זיך משתטח געווען על ציון קדשו איינרייסנדיג מיט בכיות והתעוררות רב למען הכלל והפרט אויף דעם מקום המסוגל אין דעם אויסטערלישן עת רצון.


פון דארט איז מען צוגעפארן צום צענטראלן סעודת הילולא, וואס איז פארגעקומען אויף א גרויסע פארנעם ברוב פאר והדר אין היכל בית המדרש הגדול ד'קרית קאשוי, בראשות דעם רבי'ן שליט"א ואחיו הרבנים הגאונים שליט"א, ווי עס איז פארגעקומען די סיום הש"ס וששה סדרי משנה. מיט דברי זכרון האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד יעמרינג שליט"א חדב"נ פונעם בעל ההילולא, און מיט ברכת המזון על הכוס האט די רבי שליט"א מכבד געווען אחיו הגדול הרה"צ ר' שאול שלום בלום שליט"א.



תגובות


bottom of page