top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קביעת מזוזות אין נייע העריטעדש זילבער געשעפט אין וויליאמסבורג דורך האד' מסאטמאר

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם וואך בעת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך געפונען אין וויליאמסבורג צו די וועכענטליכע זמני כניסה איז דער רבי אנגעקומען אויף א קביעות מזוזה אינעם נייעם לאקאציע פון העריטידזש זילבער אינעם דאבעליו מאלל אין שטאט, אונטער די אייגנטומערשאפט פון הנגיד החסיד ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו און ר' וואלף מענדלאוויטש הי"ו ביידע מחשובי חסידי סאטמאר.


דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך אריין און זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן געשעפט, דערנאך האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א מסיבת לחיים, וואו עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי בתים, און א ברכה מיוחדת פאר הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדעל הי"ו אייגנטומער פונעם מאלל, און פאר אלע מיטארבעטער.



bottom of page