האד' מגור שטרייכט אונטער וויכטיגקייט פון אריינגיין אין באמבע שעלטערס נאך היינטיגע מיסיל אטאקע אין ערד
- 21 במרץ
- זמן קריאה 1 דקות
מוצאי שבת פ' ויקרא • ג' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

יעצט מוצאי שבת קומט אריין די שווערע בשורה איבער א שוידערליכע איראנער מיסיל אטאקע אויף א באוואוינטע געגענט דחסידי גור אין שטאט ערד, נאך וואס א ריזיגע שטיק פון אן איראנער מיסיל האט אראפגעקראכט אויף די שמעון גאס אין שטאט, און ברוכווארג דערפון האט באטראפן ארומיגע בנינים וואו עס וואינען צענדליגער משפחות חסידי גור, שאפנדיג שווערע שאדנס.
די הצלה פאראמעדיקס וואס האבן רעאגירט צו דער סצענע באריכטן צענדליגער פארוואונדעטע, אריינגערעכנט קליינע קינדער, וועלכע זענען אפגעפירט געווארן צו די ארומיגע שפיטעלער, טייל פון זיין אין גאר א שווערן געזונט צושטאנד.
כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז תיכף אינפארמירט געווארן איבער די אינצידענט, און האט געהייסן איבערגעבן בכל מקום אדר דבר המלך ודתו מגיע, אז מען זאל מתפלל זיין עס זאל נישט שאטן קיין שום אידיש נפש, און געוואונטשן אז מען זאל נאר הערן בשורות טובות. דער רבי האט דערביי ווידער אונטערגעשטראכן די וויכטיגקייט פון אריינגיין אין די באמבע שעלטערס וואס איז מציל נפשות ממש.
אין די זעלבע צייט זענען דעם רבינס מקורבים שלוחי דרבנן הרב יצחק גאלדקאנפף הי"ו און העסקן הרב מרדכי בבטשיק, ארויסגעפארן קיין ערד, צו שטיין צו דער האנט אויף די סצענע און ארויסהעלפן מיט אלעס וואס פעלט אויס.






תגובות