top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאדיגורא ביים מאלן ווייץ, מים שלנו און אפיית מצות לקראת יום טוב פסח הבעל"ט | בילדער גאלעריע

  • 23 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

כמידי שנה בשנה האט כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א געבאקן די מצות לקראת חג הפסח הבעל"ט, וואו עס איז געווען דער מנהג ביי צדיקי בית רוזשין לדורותיהם אין טאג פון ה' ניסן ווען עס געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע. די הכנה למצוה האט זיך שוין אנגעהויבן בעפאר שבת ווען דער רבי האט געמאלן די ווייץ לשם מצות מצווה, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס דער רבי האט אליינס עוסק געווען במצווה כאטש עס איז נישט געווען מנהג אבותיו.


נעכטן זונטאג פארן שקיעה האט דער רבי געשעפט מים שלנו ביים מעיין אויף רח' פוקס אין בני ברק, בראש קהל חסידיו, און אינדערפרי נאכן דאווענען שחרית בהשכמה איז דער רבי אריבער מיט די חסידים צום משמרת המצות בעקעריי אין בני ברק וואו דער רבי האט מיטגעהאלטן די סדר האפייה פון תנור ראשון, און עוסק געווען במצוה ביים וועלגערן די מצות. דערנאך איז די רבי געשטאנען ביי די אויווענעס און מפקח געווען אויף די ארבעט. נאכן מצות באקן האט די רבי באטראכט די מצות מצוה, מען האט געזונגען עטליכע ניגוני יום טוב פסח, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן די הנהלת בית אופה.



תגובות


bottom of page