top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בני ברק: האד' מתורת חכם איבערגעגעבן טיפזיניגע קבלה שיעור אין ישיבת תורת הנסתר "עיטור הרבנים"

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם מיטוואך נאכמיטאג איז הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם אנגעקומען קיין בני ברק, וואו ער האט געדינט אלס סנדק ביי א ברית לבן אחד מחסידיו אין שטאט.


נאכן ברית איז דער רבי אריבער לבית מדרשו פון מחותנו כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א פון אבן עזרא, און דארט איבערגעגעבן א שיעור מיוחד איבער כוונות ליל הסדר ע"פ שיטת ה"סולם" אין ישיבת עיטור הרבנים.


דער באזוך האט ארויסגערופן א שטארקע התרגשות צווישן שומעי לקחו פונעם רבי'ן און בכלליות שוחרי פנימיות התורה אין שטאט.


צווישן די מקובלים ורבנים מפורסמים וואס האבן זיך באטייליגט ביים שיעור האבן זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א, הגה"צ רבי אליהו אשלג שליט"א און דער מקובל רבי מאיר מועלם שליט"א.


נאך דעם שיעור האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט בשבח פונעם ישיבה וואס איז געגרינדעט געווארן מיטן ציל אויסצופארמען משפיעים אין זוהר הק' און פנימיות התורה, און אונטערגעשטראכן די וויכטיקייט צו פארשפרייטן די לימודים פונעם זוהר הק' מיטן וואונדערליכן פירוש בני היכלא איבער דער גאנצער וועלט.


דערנאך איז געווען א געלעגנהייט פאר די משתתפים מקשיבי השיעור זיך מפלפל צו זיין מיטן רבי'ן בתורת הנסתר. 



תגובות


bottom of page