top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באשיידענע "תקנות בר מצווה" פון אייניקל ביי האד' מבאבוב און גאב"ד סאטמאר בארא פארק

  • 22 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 23 במרץ

זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער

דעם פארגאנגענע מיטוואך נאכט איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, בן לבנו הגדול הרה"צ ר' חיים שלום הלברשטאם שליט"א חתן הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א.


די שמחה איז פארגעקומען אויף א באשיידענעם פארנעם לויט די תקנות דק"ק באבוב מיט די באטייליגונג פון די בני המשפחה אין שטוב פונעם בעל שמחה הרה"צ ר' חיים שלום שליט"א.


ביים אנהייב פונעם סעודה האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטיל, און דער רב שליט"א האט משמיע געווען אמרי קודש. דערנאך האבן אויפגעטרעטן דער אבי הבר מצוה הרה"צ ר' חיים שלום שליט"א און דער זיידע הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א.


דאנערשטאג ר"ח ניסן פאר'ן דאווענען האט דער רב געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור, און מכבד געווען דעם זיידן גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א צו לייגן די תפילין של ראש.


נאך'ן דאווענען האט דער רב שליט"א מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד ראש חודש, און משמיע געווען א שיחת קודש פאר די בחורי הישיבות.



תגובות


bottom of page