top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכער מעמד חלוקת פרסים פאר תלמידי ישיבה קטנה צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק

  • 23 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י.

דעם מאנטאג נאכט האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א באשיינט די מעמד כבוד התורה אשריכם תלמידי חכמים פאר די בחורי חמד תלמידי ישיבה לצעירים צאנז קלויזענבורג פון בארא פארק וואס האבן זיך פארהערט אויף די לימודים פארגאנגענעם יאר בין כותלי הישיבה, כרצון קדשו פונעם רבי'ן שליט"א.


די מעמד איז פארגעקומען אין די זאל בית אסתר אין בארא פארק מיט די השתתפות פון די בחורים און הורי התלמידים. ווען דער רבי איז אריינגעקומען צום מעמד האט אויפגעטרעטן בנש"ק הרה"ג ר' צבי פריזאנט שליט"א ר"מ בישיבת צאנז קלויזענבורג אין מאנסי. דאן האט מען געהערט דברי אלוקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א פאר קרוב צו שעה צייט מיט דברי הדרכה ויסודות איתנים צו שטייגן במעלות רמות באגלייט מיט דברי הכנה צום יום טוב פסח הממשמשי ובא.


נאך די דברות קודש האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים און פארטיילט שיריים פון די צוות הישיבות, און צום שלוס זענען אלע בחורים דורך אל מול פני הקודש.



תגובות


bottom of page