פילצאליגע תלמידים וחסידים ביי סעודת הילולא פון כ"ק אדמו"ר מחוסט זצוק"ל אור ליום כ"ט שבט
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' ויקרא • כ''ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

פילצאליגע תלמידים און חסידים האבן מיטגעהאלטן געהויבענע סעודת הילולא, פון הרה"ק רבי שמואל שמעלקא לייפער זצוקללה"ה אדמו"ר מחוסט וראש ישיבת תורת חסד, וועלכע איז פארגעקומען פארגאנגענעם זונטאג פר' תרומה, אור ליום כ"ט שבט העעל"ט, לרגל די דריטע הילולא קדישא זינט זיין הסתלקות אין שנת תשפ"ג לפ"ק.
די סעודת הילולא איז פארגעקומען אין פראכטפולן זאל "אנשי ספרד" אין בארא פארק, וואו עס האבן זיך פארזאמלט די פילע מעריצי זכרו הטהור, אין שפיץ פונעם בעל ההילולא'ס איידעמער, יבלחט"א הרבנים הגאונים רבי שמעון מרדכי יונגערווירטה שליט"א און רבי דוד הלוי פאללאק שליט"א, און א שיינע צאל רבנים און אדמו"רים שליט"א.
די סעודת הילולא איז געקומען באגלייט מיט א סיום הש"ס געלערנט דורך די תלמידים וחסידים, און גאר א רייכער פראגראם פון דרשות געווידמעט לזכרו הבהיר פונעם בעל ההילולא זצוקללה"ה, וועלכע האט געהאלטן געשפאנט דעם פארזאמלטן עולם.
במשך די סעודה האט מען געהערט א דרשה פון א חשוב'ער פלימעניק פונעם בעל ההילולא זצ"ל, דער פה מפיק מרגליות, יבלחט"א הגה"צ רבי יוסף כ"ץ שליט"א אב"ד דושינסקיא וויליאמסבורג, וועלכער איז אן איידעם ביים רבי'נס ברודער כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א פון בארא פארק, און דער דרשת נואם הכבוד דורכן בארימטער מגיד און פה מפיק מרגליות, הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א מח"ס נר המאיר.



















תגובות