top of page
צאל דיינים אינערהאלב קהל מחזיקי הדת בעלזא דערגרייכט סימבאלישן ציפער פון 101
מיטוואך פ' נשא א' • ד' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק כמידי שנה בשנה אום יו''ט שבועות וועט מען אויך היי יאהר בחצר הקודש בעלזא אויפנעמען פרישע דיינים מורי הוראה אונטערן שירעם פון קהל מחזיקי הדת אין די בעלזער קהילות איבער די וועלט, די נייע דיינים וועלכע וועלן אויפגענומען ווערן דעם יו''ט שבועות זמן מתן תורתינו, אלע תלמידי חכמים מובחרים, מוכתרים בהוראה הלא המה: הרה"ג ר' לייבוש קארניאל שליט"א ראש כולל עיון דחסידי בעלזא אין ירושלים, הרה"ג ר' ישראל מענדלאוויטש של


ווידיאו • הגרמ"ה הירש ראש ישיבת סלאבאדקע באזוכט ביי האד' מבעלזא
מיטוואך פ' נשא א' • ד' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש


וַאֲמַרְתֶּם כֹּה לֶחָי • ל"ג בעומר בחצר הקודש בעלזא
דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש,JDN


מעמד הנחת אבן הפינה פאר נייע בנין תלמוד תורה בעלזא אין שטאט מאנסי אפגעראכטן דורך האד' האד' מבעלזא בריחוק מקום
מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די ראמען פון דעם געהויבענעם שבת "היכלא דמלכא" פאר די נגידים ותומכים לבית בעלזא, זענען די עסקנים און נדיבים פון קהילה קדושה בעלזא אין מאנסי, אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ערב שבת אינעם האטעל, וואו זיי האבן זיך אונטערגענומען אינאיינעם די אסטראנאמישע סומע פון צען מיליאן דאלער, פארן ערשטן שלב פון דעם נייעם מאיעסטעטישן בנין התלמוד תורה וואס וועט געבויעט ווערן אין מאנסי, אין צוגאב צו די ריזיגע געלטער וואס זיי הא


נועם הנשמות: בוני בעלזא מיטגעלעבט היסטארישע שבת "היכלא דמלכא" בראשות האד' מבעלזא מול מקום המקדש
דאנערשטאג פ' בהר בחוקתי • כ' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, יהושע פרוכטר וא.מ.ש. די שפראך איז צו ארעם צו קענען אראפגעבן די רגשי עילאה וואס פלאטערט ביי די נגידי ובוני ממלכת הישיבות בעלזא וועלכע האבן געהאט די זעלטענע זכי' מיטצולעבן די היסטארישע שבת "היכלא דמלכא", בראשות רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער איז אין אן ערשטמאליגע שריט ארויס מגדרו און אפגעראכטן א שבת מיוחד אינאיינעם מיט די נדיבים בעם, וועלכע טוען ביישטייערן די פאנטאסטישע סכומים פאר'ן


לדרוש בשלומו: האדמור"ים מסאטמאר און סקווירא טעלעפאנירן צום שוואגער האד' מבעלזא נאך פארצויגענע חולשה
דאנערשטאג פ' אמור • י''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די פארגאנגענע טעג נאך וואס כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז עטוואס צוריקגעקומען צו די כוחות נאך א פארצויגענע שוואכקייט האבן זיך טעלעפאניש פארבינדן מיטן רב שליט''א, די צוויי שוואגערס מעבר לים כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכע האבן זיך אינטערסירט און זיך נאכגעפרעגט איבערן מצב הבריאות וואס גייט ברוך השם צום בעסערונג, די רבי'ס האבן א קורצע צייט ארומגעשמועסט און זיך געוואונטשן איינער דעם אנדערן בבכות


רייכע שבת "היכלא דמלכא" פאר נגידי בעלזא פון פריש באשטימט אויף דעם שב"ק אמור הבעל"ט; הכנות צוריק אין פולן שוואונג
זונטאג פ' אמור • ט' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט א פרישן פלייס און ברען האבן זיך די עסקנים פון מרכז מוסדות בעלזא אריינגעלייגט אין די הכנות צום היסטארישן שבת "היכלא דמלכא" אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א נאך וואס דער שבת איז פון פריש באשטימט געווארן אויף דעם קומענדיגן שבת פ' אמור הבעל"ט. דער שבת, געווידמעט לטובת די נייע בניני הישיבות דחסידי בעלזא האט שוין געלאזט פארקומען דעם פארגאנגענעם שבת פ' אחרי קדושים אין די גיגאנטישער "די סיטי" פעסטונג פאר די אריבער 200 נגידים וועל


תפילות ישראל עושה רושם: האד' מבעלזא אריינגעקומען צו אלע תפילות און טישן נאך שינוי לטובה אין געזונט צושטאנד
זונטאג פ' אמור • ט' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש נאכדעם וואס כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א איז אין לויף פון די וואך געקומען צוביסליך צו די כוחות בס"ד און אדאנק תפילות ישראל, האט מען די וואך געהאט די זכי' אז דער רב שליט"א איז אריינגעקומען צו אלע תפילות און טישן ברוב עם, אויסרופנדיג אן אויסטערלישע שמחה ביי אלע חסידים. אויך חסידי בעלזא אין אמעריקע, ביי וועלכע עס איז נאך נישט אריינגעקומען שבת, האבן זיך דערוויסט פון די פרייליכע בשורה אז דער רב איז אריינגעקומען צום טיש ליל שבת, פרייטאג


היסטארישע "שבת היכלא דמלכא" בראשות האד' מבעלזא מיט נגידי החסידות אפגערופן אין ליכט פון מצב בריאתו
דינסטאג פ' אחרי קדושים • ד' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין ליכט פונעם מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז היינט געמאלדן געווארן מטעם די הנהלה פון מרכז מוסדות בעלזא, אז די היסטארישע שבת "היכלא דמלכא" וועלכע האט געזאלט פארקומען דעם שבת פ' אחרי קדושים, איז אפגעשטופט געווארן אויף אן אנדערע געלעגנהייט. ווי שוין ברייט באריכטעט האט דער בעלזער רב שליט"א באוויליגט ארויסצוגיין אין אן ערשטמאליגן שריט און אפרעכטן א פריוואטן שבת מיט די נדיבים בעם וואס נעמען א חלק אינעם אויפבוי פו


חסדי השם: שינוי לטובה אין מצב הבריאות פון האד' מבעלזא נאך אנגעצויגענע טעג; ווייטערדיגע תפילות לרפואתו השלימה
מאנטאג אחרי קדושים • ג' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי בעלזא בתוך כלל ישראל נעמען אויף מיט גרויס שמחה און פרייד די בשורה טובה אז תפלות ישראל עשתה רושם, נאך עטליכע אנגעצויגענע טעג הערט מען ב"ה אז דער מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז אין לויף פון די נאכט געגאנגען צום בעסערונג בחסדי שמים. ווי ברייט באריכטעט, האט דער רב שליט"א געליטן פון אן אנגייענדע שוואכקייט וואס האט אנגעהאלטן פאר איבער א וואך, צוליב א מעדיצינישע פראבלעם אין די לונגען וואס האט פארשווערט דאס אטעמען.


חודש הרפואה: שמחת הברית פון אור אייניקל ביי האד' מבעלזא פארגעקומען דעם ערב שב"ק ראש חודש אייר
זונטאג פ' אחרי קדושים • ב' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק וא.מ.ש. דעם פרייטאג ערב שבת, ראש חודש אייר, דער חודש הרפואה, אני ה' רופאיך, האבן אלפי חסידי בעלזא מיטגעהאלטן די שמחה רוממה אינעם רבינס הויף, דער שמחת הברית מילה פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, בן הנולד ביי נכדו הרב אברהם סאפרין שליט"א זון פון הרה"צ רבי גדליה משה סאפרין האדמו"ר מקאמארנא גבעת שאול, און איידעם ביי בנו יחידו הרה" רבי אהרן מרדכי שליט"א. מיט א עקסטערע שבח והודאה האט מען


גרויסע שבת מיט הרה"צ מבעלזא שליט"א אין הר יונה אפגערופן אין ליכט פון באזארגנדע מצב הבריאות ביי האד' מבעלזא
פרייטאג פ' טהרה • ל' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א לעצט מינוטיגער טויש אין פלאן איז היינטיגן פרייטאג ערב שבת אפגערופן געווארן די גרויסע שבת אין שפיץ פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא אין הר יונה - נוף הגליל. טראץ די חדשים לאנגע צוגרייטונגען בדמים תרתי משמע צום גרויסן שבת מיט אלע נויטיגע הכנות פולקאם גרייט, האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א געזעהן פאר וויכטיג צו פארבלייבן שבת אין ירושלים אין ליכט פונעם מצב הבריאות ביים טאטן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס איז ליידער שט


לכבוד המועד: האד' ממאחנובקא בעלזא באזוכט ביי האד' מבעלזא
מיטוואך פ' טהרה • כ"ח ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק וא.מ.ש דעם חול המועד פסח איז כ''ק אדמו''ר ממחנובקא בעלזא שליט''א אנגעקומען קיין ירושלים, לעלות וליראות לכבוד הרגל. באלד ביים אנקומען קיין ירושלים איז דער רבי צוגעפארן קיין קרית בעלזא אויף א באזוך ביי שאר בשרו כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א, וואו עס איז געשאפן געווארן א שיינעם שמועס מעניני דיומא איבער מנהגי בית בעלזא בימי הפסח, און די רבי'ס האבן געטרינקען לחיים.


כֵּן נִזְכֶּה לַעֲשׂוֹתוֹ • יום טוב פסח בחצר הקודש בעלזא
דינסטאג פ' טהרה • כ"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק וא.מ.ש


חסידי בעלזא אין אויפבליענדע "הר יונה" געשפאנט צו לענגערע ביקור הוד דורך הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט שפאנענדע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי די הונדערטער משפחות חסידי בעלזא איינוואוינער פון די אויפבליענדע שטאט "הר יונה" איבער א ביקור הוד וואס מ'וועט זוכה זיין מיטצולעבן מיט'ן אורח הדגול הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער וועט אנקומען אויף ימי התוועדות והתעלות רוחניות בקרב החסידים, ווען דער הויכפונקט וועט זיין דער געהויבענער שבת התאחדות, דעם קומענדיגן שבת נאך פסח, פר' תזריע טהרה. דער באז


האד' מבאיאן רעכט אפ ביקור הוקרה ביי האד' מבעלזא אינמיטן די חתונה פון אן אייניקל בבנין ביהמ"ד הגדול בעלזא
דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן נאכט בשעת די חתונה הגדולה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די "גרויסע שטוב" אין בנין ביהמ"ד הגדול בעלזא אין ירושלים, איז דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א ארויף אויף א באזוך בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. דער באיאנער רבי איז ארויס פון די חתונה אויף א קורצע הפסקה, נאכ'ן בענטשן, בשעת'ן צוגרייטן דעם היכל צום מצוה-טאנץ, און תיכף ביים אנקומען צום בעלזער רב שליט"א ה


אהבה וריעות: גרויסע חתונה בחצה"ק באיאן וועט פארקומען אין "גרויסע שטוב" אין ביהמ"ד הגדול בעלזא אין ירושלים
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: שוקי ללר אין א ערשטמאליגע שריט איז נארוואס באשטעטיגט געווארן די היסטארישע אנטוויקלונג אז די חתונה הגדולה בחצר הקודש באיאן, וואס קומט פאר מארגן מיטוואך ויקרא, וועט אפגעראכטן ווערן אינעם היכל האדיר, דער "גרויסער שטוב" אינעם בנין מרכז העולמי דחסידי בעלזא אין ירושלים. ווי ברייט באריכטעט איז דער דאך פונעם גרויסן באיאנער קלויז באטראפן געווארן פון א שרויפנעל, בלויז צוויי טעג איידער די חתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מ


שִׂמְחָה וְשָׂשׂוֹן לַיְּהוּדִים • געהויבענעם יום טוב פורים אין בעלזער הויף
דינסטאג פ' ויקהל פקודי • כ''א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק וא.מ.ש.


ריתחא דאורייתא: טיפזיניגע שיעור דורך הגאון רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון פאר תלמידי ישיבה גדולה ד'בעלזא
זונטאג פ' ויקהל פקודי • י"ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארגאנגענעם ערב שבת זכור א קארגע שעה איידער כניסת השבת איז הגאון הגדול רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון וחבר מועצת גדולי התורה, ערשינען אינעם ביהמ"ד המרכזי אין ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא ירושלים עיה"ק, ווי עס זענען געווען פארזאמלט די טויזנטער בחורי ישיבות בעלזא מכל רחבי ארץ ישראל, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת זכור בצלו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. דער ראש ישיבה שליט"א האט איבערגעגבן א טיפזיניגע ש


בקודש פנימה: וועלט בארימטער מגיד הרב אברהם מרדכי מלאך מיט לענגערער באזוך ביי האד' מבעלזא
זונטאג פ' כי תשא • י"ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א.מ.ש. א הערליכער באזוך איז אפגעהאלטן געווארן די וואך בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, דורכ'ן וועלט בארימטער מגיד מישרים הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א, זייענדיג אין ארץ ישראל לכבוד דעם ערשטמאליגן "שבת קרבתנו" וואס איז פארגעקומען אין ארץ ישראל. דער רב שליט"א האט אויפגענומען דעם חשוב'ן גאסט ביותרת הכבוד, און א לענגערע צייט זיך פאראינטערעסירט אויף זיינע שיעורים נפלאים און עבודת הקודש מיט'ן פארשפרייטן התחזקות א


bottom of page
