top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צאל דיינים אינערהאלב קהל מחזיקי הדת בעלזא דערגרייכט סימבאלישן ציפער פון 101

  • לפני 36 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' נשא א' • ד' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק

כמידי שנה בשנה אום יו''ט שבועות וועט מען אויך היי יאהר בחצר הקודש בעלזא אויפנעמען פרישע דיינים מורי הוראה אונטערן שירעם פון קהל מחזיקי הדת אין די בעלזער קהילות איבער די וועלט, די נייע דיינים וועלכע וועלן אויפגענומען ווערן דעם יו''ט שבועות זמן מתן תורתינו, אלע תלמידי חכמים מובחרים, מוכתרים בהוראה הלא המה: הרה"ג ר' לייבוש קארניאל שליט"א ראש כולל עיון דחסידי בעלזא אין ירושלים, הרה"ג ר' ישראל מענדלאוויטש שליט"א פון בית שמש, הרה"ג ר' משה שוואמנפעלד שליט"א פון בארא פארק, הרה"ג ר' ישראל דוד אולמאן שליט"א פון אשדוד, און הרה"ג ר' אהרן ווינד שליט"א פון ירושלים.


דעם מאנטאג איז אפגעהאלטן געווארן די מעמד חלוקת תעודות הוראה פאר די חשובע דיינים, אינאיינעם מיט'ן "כינוס הרבנים העולמי" דורך די הנהלה פון קהל מחזיקי הדת אין ארץ ישראל, וואו דער טאג האט זיך אנגעהויבן מיט אן אינהאלטסרייכן "יום עיון" מיטן נאמען "עצה ותושיה", וואו צענדליגער דיינים און מורי צדק האבן זיך צנויפגענומען אין די זאלן פון "נחלת יהודה" אין קרית בעלזא ירושלים, און מען האט געהערט רייכע דרשות און פאנעלן בענינים העומדים על הפרק.


צום הויכפונקט איז פארגעקומען די הכתרה פון די נייע דיינים, וואו מען האט מיט גרויס התרגשות אפגעצייכנט אז מיט די איצטיגע הכתרה האט די צאל דיינים דערגרייכט דעם סימבאלישן ציפער פון 101 דיינים וואס זענען נתמנה געווארן זינט די גרינדונג פון דעם בית דין אין יאר תש"מ.


עס האבן אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרב יונה פריעדמאן, דער ראש בית דין הגה"צ רבי חיים צבי שפירא שליט"א, הרה"ג ר' לייבוש קארניאל שליט"א וואס האט איבערגעגעבן די דבר הדיינים, און דער משמש בקודש הרב שמעון וואלף קליין וואס האט איבערגעגעבן דעם ברכת הקודש פונעם מנהיג העדה ונשיא הבית דין כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. צום שלוס האט מען פארטיילט די תעודות פאר די פריש געקרוינטע דיינים.


דעם יום טוב שבועות ביים טיש בחצר הקודש בעלזא וועלן די דיינים עמטליך אויפגענומען ווערן במעמד קהל ועדה און בנוכחות כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, לעמוד ולשרת בקודש ולהורות הוראה בישראל.



bottom of page