חודש הרפואה: שמחת הברית פון אור אייניקל ביי האד' מבעלזא פארגעקומען דעם ערב שב"ק ראש חודש אייר
- 19 באפר׳
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' אחרי קדושים • ב' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק וא.מ.ש.
דעם פרייטאג ערב שבת, ראש חודש אייר, דער חודש הרפואה, אני ה' רופאיך, האבן אלפי חסידי בעלזא מיטגעהאלטן די שמחה רוממה אינעם רבינס הויף, דער שמחת הברית מילה פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, בן הנולד ביי נכדו הרב אברהם סאפרין שליט"א זון פון הרה"צ רבי גדליה משה סאפרין האדמו"ר מקאמארנא גבעת שאול, און איידעם ביי בנו יחידו הרה" רבי אהרן מרדכי שליט"א.
מיט א עקסטערע שבח והודאה האט מען אנטפאנגען דעם ראש בית אב דער רב שליט"א וואס האט מיטגעהאלטן די גאנצע שמחה מרישא ועד גמירא טראץ וואס עס איז נישט געווען קיין גרויסע אויסזיכטן אז מען וועט האבן די זכי' אז דער רב וועט באשיינען די שמחה ווי געווענליך מחמת חולשתו, איז דער רב שליט"א אריינגעקומען שוין צו תפילת שחרית וואס איז געווען גענצליך אומגעראכטן, דערנאך צום שמחת הברית נאכגעפאלגט מיטן סעודת הברית און אלעס מיטגעהאלטן העכער אלע ערווארטונגען.
ליידער איז אבער געווען קענטיג די יסורים וואס פלאגט דעם רב שליט"א, אין א בחינה פון ספר תורה שרוי בצער.
טויזנטער חסידים מלובש בבגדי שבת האבן באלאגערט דעם היכל הגדול אין קרית בעלזא. הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א האט געדינט אלס שליח ציבור צו שחרית און הלל.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית אויפן באלעמער אין צענטער פון היכל. כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, מיט סנדקאות דמעומד איז מכובד געווארן די זיידע האדמו"ר מקאמארנא גבעת שאול, די זיידע הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א האט געדינט אלס מוהל און געזאגט די ברכות, ויקרא שמו בישראל חיים יעקב נאכן זיידן הרה"ק רבי חיים יעקב מקאמארנא זצ"ל און נאכן הייליגן דברי חיים זי"ע וועמענס הילולא קדישא איז אויסגעפאלן די וואך כ"ה ניסן. מיט די איבעריגע כיבודים האט מען מכבד געווען די קרובי המשפחה און רבנים חשובים.
נאכן ברית האבן די טויזנטער חסידים אויסגעבראכן מיט ניגוני שמחה און דער רב שליט"א האט געוואונטשן מזל טוב פארן עולם.
דערנאך האט דער רב שליט"א אפגעראכטן א לעקך און בראנפין בביתו נאווה קודש, און געוואונטשן די בעלי השמחה מיט ברכות לרוב. די סעודת ברית איז געווען צוגעשטעלט ביד רחבה פאר די טויזנטער חסידים אין די זאלן בבנין בית מדרש הגדול, שפעטער איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צום שולחן הטהור אינעם גרויסן שטוב, זיך געוואשן צום סעודת הברית, טועם געווען פון די מאכלים, געוואונטשן לחיים און געזאגט תורה, מען האט געזינגען פילע ניגוני שבח והודיה, און ניגונים לכבוד ראש חודש.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער בעל ברית הרב אברהם סאפרין, נאכן בענטשן האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה של שמחה.
נאכן סעודת ברית איז דער רב שליט"א אהיימגעגאגנען לביתו נאוה קודש דורך די בינת ישכר גאס אין קרית בעלזא וואו ער האט געזאגט די ברכה פון ברכת האילנות.













































תגובות