top of page
מעמד קביעת מזוזות אפגעראכטן אין די נייע ווילעדזש אפיסעס פון שיכון סקווירא
דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. א גייסטרייכע מעמד קביעת מזוזה איז אפגעהאלטן געווארן די וואך אין די נייע ווילעדזש אפיסעס פון שיכון סקווירא, וואס איז אין די טעג אריין אין דינסט להנאת די טויזנטער תושבי השיכון. דער מעמד איז געווען קאמבינירט מיטן התמנות פון הרה"ג ר' יעקב יוסף ברייער שליט״א וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס דיין פונעם ווילעדזש, און וועט דינען אלס תורה'דיגע אויטאריטעט צו פסקנען די כסדר'דיגע רעלעוואנטע שאלות וואס קומט אן צו


לָא שְׁרִירִין וְלָא קַיָּמִין • האד' מסקווירא ביי התרת נדרים ערב ראש השנה
מאנטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


פייערליכער מעמד "הנחת אבן הפנה" ביים נייעם פליגל פון בנין ישיבה קטנה דסקווירא אין מאנסי
מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. מיט גרויס פייערליכקייט איז די וואך זונטאג אפגעהאלטן געווארן דער מעמד "הנחת אבן הפנה" צום נייעם פליגל פונעם בנין הישיבה קטנה "תולדות יעקב יוסף סקווירא" וואס ווערט געבויט צו קענען נאךקומען דעם גרויסן פלייץ פון בחורי חמד תלמידי הישיבה. דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס התרגשות, בראשות הרה"צ שליט"א בני וחתני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, בניו הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א, הרה"צ רבי יצחק שליט"א, הרה"צ רבי


בכבוד'יגע באזוך דורך ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א
דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש א חשוב'ער באזוך איז נעכטן נאכמיטאג פארגעקומען בבית נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, דורך דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א, וואס איז אנגעקומען אויף א קורצן בליץ באזוך אין ניו יארק. דער סקווערער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם גאסט בצהלת פנים, און נאך א קורצן שמועס האבן זיך די צוויי גדולי ישראל פארשפארט ביחידות פאר קרוב צו א שעה צייט, וואו זיי האבן דורכגעשמועסט פארשידענע ענינים העומדים על הפרק. דער רבי האט דערנא


ראש השנה עליות אין חצה"ק סקווירא ווערן פארקויפט דורך טעלעפאנישע און דיגיטאלישע ליציטאציע
מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש אין חצה"ק סקווירא איז פראקלאמירט געווארן אן אייגנארטיגע אינציאטיוו, ווען צום ערשטן מאל וועט מען פארקויפן די עליות און כיבודים פאר די צוויי טעג פון יום טוב ראש השנה בצל הקודש, אין א ליציטאציע דורך טעלעפאנישע און דיגיטאלישע ליציטאציע פלאטפארמעס. צוליב די ריבוי העם פון טויזנטער חסידים וואס זענען זיך מסתופף אום יום טוב ראש השנה אין די סקווערער הויף איז דאס פארקויפן די עליות און כיבודים געווארן היבש קאמפלעצירט, און נישט יעדער וואס ו


היסטארישע זיצונג פון גדולי אדמורי"ם וראשי ישיבה אין ווייסן הויז; כסדר'דיגע נייעס בילדער און לייוו אפדעיטס
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש פאראייניגטע מכתב פון גדולי העסקנים למען קברי הצדיקים באייראפע צו האדמו"ר מבאבוב צו די היינטיגע באזוך אין וואשינגטאן. דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש די פרעזידענטליכע מטבע וואס פרעזידענט טראמפ יר"ה האט פארטיילט פאר די אנוועזנדע גדולי ישראל. 3:55 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש האדמו"ר מסאטמאר ביים פארלאזן די ווייסע הויז. 3:50 | דאנערשטאג נצ


הנהלה וראשי מערכת הכשרות פון די OU ארגאניזאציע באזוכן ביי האד' מסקווירא
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ"א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארגאנגענעם וואך בעת די זמני כניסה ביי כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א זענען אריינגעקומען צום רבי'ן, די הנהלה וראשי מערכת הכשרות פון די וועלטס גרעסטע השגחה די OU ארגאניזאציע, מקבל צו זיין ברכת קדשו צום התמנות פון הרב משה עלעפאנט שליט''א אלס רב הראשי פונעם ארגאניזאציע, איבערנעמענדיג דעם אמט פון הרב מנחם גענאק שליט"א וואס האט צענדליגער יארן געדינט דעם פאזיציע. דער רבי שליט''א האט ארום א האלבע שעה זיך נאכג


המשך ימי השמחה בחצרות סקווירא - מודזיץ - ליזענסק - האלמין געפראוועט אין שיכון סקווירא
דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אלפי חסידי סקווירא האבן ווידער געהאט די זכיה מיטצוהאלטן א געהויבענע שמחה ביים רבי'ן אין הויף, שמחת הנישואין פון אור אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, די כלה א טאכטער פון נכדו הרב יעקב לייב גאלדמאן שליט"א פון ירושלים בן כ"ק האדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון אמעריקא, מיט החתן אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר ממודזיץ שליט"א. ביי די יעצטיגע שמחה האבן די חסידים בלויז מיטגעהאלטן די צווייטע חלק פון די שבעת ימי המשתה, אנגעהויבן מיטן


נקראים אל המלך: אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ געלאדנט גדולי האדמור"ים צום ווייסן הויז
מוצאי שבת פ' כי תבא • ט"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש די חסיד'ישע וועלט נעמט אויף מיט איבערראשנדע שפאנונג די היסטארישע אנטוויקלונג בבית המלכות אין עיר הבירה וואשינגטאן, ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה האט אפגעשיקט א פערזענליכע איינלאדענונג צו די גדולי האדמור"ים אין אמעריקא, אויף א פריוואטע זיצונג דעם ענדע וואך אינעם ווייסן הויז. אין די לעצטערע טעג איז אנגעקומען די קעניגליכע הזמנות צו האחים האדמור"ים מסאטמאר שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א,


שפאגל-נייער בנין האדיר "היכל השולחנות – היכל התורה", וועט אויפגעבויט ווערן אין שיכון סקווירא אויפ'ן פלאץ פון ביהמ"ד הישן
פרייטאג פ' כי תבא • ט"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי סקווירא אלוועלטליך נעמען אויף ברגשי שמחה וחדוה די מאסיווע אונטערנעמונג אויפצובויען א ריזן גיגאנטישער "היכל השולחנות והיכל התורה" אויפ'ן אדמת הקודש פונעם אלטן נאסטאלגישן בנין ביהמ"ד הגדול. דער פראיעקט ווערט אונטערגענומען דורכ'ן "וועד הקמת הבית" על פי החלטת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, נאכדעם וואס דער עקזיסטירנדער בנין פונעם אלטן ביהמ"ד מוז ווערן איינגעווארפן ווי באריכטעט, און אויף דעם אדמת קודש וואס איז קידשה לשעת


בני ברק: הערליכע רבישע חתונה בחצרות סקווירא - מודזיץ - זוועהיל - האלמין
פרייטאג פ' כי תבא • ט"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש ברגשי שמחה והתעלות האבן פילע חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן די הערליכע רבישע חתונה, בחצרות סקווירא - מודזיץ - זוועהיל - האלמין, וואס איז אפגעראכטן געווארן אין די היכלי מלכות זאלן אין בני ברק, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יוסף שיף שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מליזענסק ירושלים זצ"ל, מיט די כלה אן אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אייניקל פ


מעמד הנחת אבן הפנה אין מחנה תולדות יעקב יוסף סקווירא אין סוואן לעיק בראשות הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א
מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט איצי מ. אין מחנה תולדות יעקב יוסף דחסידי סקווירא אין די קעטסקיל בערג איז אין א יום טוב'דיגע שטימונג געפייערט געווארן דער גראנדיעזער מעמד הנחת אבן הפינה פאר דעם נייעם בנין אדיר ומפואר וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה פאר די ילדי המחנה דורכאויס די זומער חדשים. די מעמד איז באשיינט געווארן דורך הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, בשליחות הקודש, און איז געווען מיט די השתתפות פון


שמחת החתן מאהל לקראת די חתונה אין הויפן פון סקווירא - זוועהיל - מאדזיץ
מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN דעם מוצאי שבת העעל"ט איז געפראוועט געווארן די שמחת החתן מאהל בחצרות סקווירא - מודזיץ - זוועהיל - האלמין, החתן אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יוסף שיף שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מליזענסק ירושלים זצ"ל, מיט די כלה אן אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אייניקל פון חתנא דבי נשיאה כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון אמעריקא, א טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר


אלטע ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא וועט ווערן איינגעווארפן נאך וואס טייל פונעם בנין איז איינגעפאלן
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש באלד דריי וואכן נאכדעם וואס טייל פון די ווייבער שוהל דאך אינעם אלטן ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא איז פלוצלינג איינגעפאלן, האבן אינזשענירן וועלכע האבן איבערגעקוקט די זיכערהייט פון די געביידע באפוילן אז דאס גאנצע בנין וועט דארפן ווערן אראפגענומען, צוליב חששות איבער די סטאביליטעט פונעם בנין זייענדיג א מקום סכנה. דער בנין איז געבליבן אפגעשפארט זינט דעם איניצידענט פריער דעם חודש, ווען א טייל פונעם דאך פונעם עזרת נשים העכער די מי


גרויסע נסים אין אלטן ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא ווען טייל פונעם דאך איז איינגעפאלן; בחסדי ה' קיין געשעדיגטע
פרייטאג פ' ראה • כ''ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש גרויסע ניסים האט נעכטן נאכמיטאג פאסירט אינעם בנין ביהמ"ד הישן אין שיכון סקווירא, ווען טייל פון די ווייבער שוהל דאך אויף דרום זייט העכער איינע פון די דאווענען שטיבלעך איז פלוצלינג איינגעפאלן, בניסי ניסים האט זיך קיינער נישט געפינען אונטערן דאך. הצלה וואלונטירן וועלכע זענען אין איילעניש אנגעקומען צום ארט האבן באשטעטיגט אז עס איז נישטא געשעדיגטע בחסדי שמים, און אצינד ווארט מען אז די ענדזישנירן זאלן קומען באקוקן די שאדנס און זיכער מ


אלפי חסידים מיטגעהאלטן שמחת החתונה אין הויפן פון סקווירא און ראחמיסטריווקא
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN ברגשי גיל וחדוה האבן טויזנטער חסידי סקווירא זוכה געווען מיטצולעבן די גרויסע חתונה בחצר הקודש, די שמחת החתונה פון אן אור-אייניקל פונעם ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ערשטע אייניקל ביי חתנא דבי נשיאה כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, דער חתן א זון פון זיין זון הרה"ג רבי פנחס אהרן גאלדמאן שליט"א, איידעם פון הגה"צ רבי משה זאב מייזליש שליט"א אב"ד אוהעל מאנסי, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ רבי מנחם נחום טווערסקי שלי


שיינער שידוך געשלאסן בחצרות סקווירא - וויזניץ - קאלוב; הכלה בתו הצעירה פון הרה"צ רבי אהרן מענדל טוורערסקי שליט"א
מאנטאג פ' ראה • כ' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בחדוה עילאה האבן אלפי חסידי סקווירא זיך געוואונטשן מזל טוב לרגל די שמחה הרוממה אינעם רבינ'ס הויף, די שידוך שליסן פון א כלה תחי', אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, בתו הצעירה ביי בנו הגדול הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א, מיט'ן חתן, עלטסטער אור-אייניקל פונעם רבינ'ס שוואגער, הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, אייניקל ביי חתנו הגה"צ רבי ברוך שטערנבוך שליט"א, אב"ד וויזניץ בראכפעלד, א זון פון זיין זון הרה"ג רבי חיים מאיר שטערנבוך


שבת לה': הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א וועט אפרעכטן געהויבענעם שבת פ' שופטים אין נייעם "קרית סקווירא"
דאנערשטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גייסטרייכע געמיטער גרייטן זיך די צענדליגער גליקליכע תושבים אין די נייע אויפבליענדע קריה נאמנה "קרית סקווירא" אין בעטעל ניו יארק, מקבל פנים צו זיין אויף דעם קומענדיגן שב"ק פר' שופטים דעם אורח הדגול, הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פונעם מייסד העיר כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער קומט צו פארן בשליחות קדשו פון מר אביו מאציל זיין מהודו און משפיע זיין בקרב העיר. דער חשוב'ער גאסט וועט צום ערשטן מאל זינט התייסדות ה


ווידיאו • האד' מראחמיסטריווקא טאנצט מצוהה טאנץ ביים חתונה הגדולה בבית סקווירא - ראחמיסטריווקא
דאנערשטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


חסידי סקווירא אין בני ברק לעבן מיט געהויבענע טעג בצל הרה״צ רבי יצחק טווערסקי שליט״א בן האד' מסקווירא
דינסטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN חסידי סקווירא אין בני ברק זענען די טעג אונטערן געהויבענעם רושם, נאכן מיטלעבן דעם גייסטרייכער באזוך פון הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואס איז געווען צוגאסט במשך די פארלאפענע וואך, און האט געפראוועט דעם שבת צוזאמען מיט עדת חסידי סקווירא תושבי העיר, וואס וועט אויף לאנג געדענקט ווערן ביי יעדן איינעם. פארלאפענע וואך מיטוואך אינדערפרי איז רבי יצחק שליט"א אנגעקומען קיין ארה"ק, און איז גל


bottom of page
