top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בשטר ובכסף: אייגענארטיגער "מעמד מכירה" פון ביהמ"ד הישן דשיכון סקווירא אפּגעהאלטן כדת וכהלכה

לפני 7 שעות
זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פרשת לך לך • ט' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

אן אייגענארטיגער און היסטארישער מכירה איז דעם פרייטאג ערב שבת קודש (בראשית) פארגעקומען אין שיכון סקווירא, ווען מ'האט פארקויפט דעם אלטן נאסטאלגישן בנין בית המדרש הגדול אין שטעטל פאר א קונה פון מאנסי, כדי צו קענען אויספירן דעם סותר על מנת לבנות און אראפווארפן דעם בנין, אויפצושטעלן אויף דערויף דעם נייעם גרויסארטיגן "היכל השולחנות והיכל התורה".


דער מכירה איז צושטאנד געקומען עפ"י הלכה, נאכדעם וואס א בית המדרש וואס מען וויל אראפווארפן דארף מען גונז זיין על פי דין. היות עס איז נישט שייך גונז צו זיין אזא גרויסע געביידע, ברענגען די פוסקים אן הלכה'דיגע עצה צו פארקויפן דעם בית המדרש פאר איינער וואס נוצט נישט דעם שול, ווי למשל א תושב פון אן אנדערע שטאט, און דורך דעם איז מען פודה די קדושה און עס ווערט אויס הקדש.


אין די פארלאפענע טעג האט הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא דן געווען אין אלע הלכה'דיגע פרטים אויסצוארבעטן אלע שיטות און מהלכים לכל פרטיה ודקדוקיה.


ליל שישי איז דער דיין שליט"א אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מיטצוטיילן אלע דעטאלן ארום די מכירה. דער רבי שליט"א האט ארויסגעוויזן שטארקע אינטערעסע אין אלע פרטים, און דער דיין האט געצייגט דעם שטר בית דין פאר די מכירה. נאכן מעיין זיין אינעם שטר האט דער רבי שליט"א געוואונטשן ברכת קדשו פאר דעם היסטארישן שריט.


פרייטאג צופרי איז פארגעקומען די מעמד המכירה אין שטוב פונעם דיין שליט"א, וואו עס זענען געווען פארזאמלט חברי הבית דין צדק פון שיכון סקווירא און באזונדער האבן באשיינט הרבנים בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, צוזאמען מיט די ראשי הקהילה שבעה טובי הקהל ווי עס ווערט געפסקנט עפ"י הלכה, ווי אויך די עסקני וועד הקמת הבית און וועד ביהמ"ד הגדול.


צום ערשט האט דער דיין שליט"א אויסגעשמועסט אלע הלכה'דיגע ענינים לכל פרטיה ודקדוקיה. מ'האט דאן דורכגעפירט די מכירה מיט "געלט" ביי וועלכן דער קונה ר' בנציון שטיינפעלד הי"ו פון מאנסי האט געזאלט איבערגעבן א סכום געלט, דערמיט אפצוקויפן דעם בנין. לפי פסקו פונעם דיין שליט"א האט די מכירה געדארפט זיין דייקא מיט געלט, און נישט מיט קיין טשעק, און דערצו אז עס זאל זיין אהערגעשטעלט לויט אלע דרכי הקנינים, צו קויפן סיי מיט אפענע מטבעות עובר לסוחר, און סיי מיט מטבעות. מ'האט גלייך מקנה געווען פאר'ן קונה א "הונדערט דאלאר באנקנאט" און דערצו נאך א "אווקעדדער", וואס דער קונה האט דאס איבערגעגעבן לידו פון רבי אהרן מענדל שליט"א, דערמיט אפצוקויפן דעם בנין ביהמ"ד.


דערנאך איז פארגעקומען די חתימה אויף דעם שטר בית דין, וואו הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א האט אונטערגעשריבן אלס בא כוחו פונעם רבי'ן שליט"א, און דער קונה הרה"ח ר' בנציון שליט"א האט אויך אונטערגחתמט. צום לעצט האט מען געמאכט א קנין מעות כדת וכדין און פארקויפט דעם זכות בעלות הביהמ"ד.


תיכף נאך די מכירה איז פארגעקומען א שולחן לחיים, וואו דעם רבינ'ס קינדער האבן פארטיילט לעקיך פאר אלע פארזאמלטע עסקנים. מען האט געזינגען ניגוני שמחה און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, מיט א תפילה ובקשה אז אלע זכותים פון די תורה ותפילה וואס זענען אפגעראכטן געווארן אינעם הייליגן מקום זאל מגין זיין אויף ווייטער.


אצינד קומען פאר העפטיגע הכנות אראפצווארפן דעם ביהמ"ד סותר על מנת לבנות בעזרת השם אין די נאנטע וואכן, אויפצובויען דעם שפאגל נייעם מבצר האדיר וואו די טויזנטער חסידים וועלן זיך ווייטער ווארעמען בצל קדשו פונעם רבי'ן שליט"א ביי די שולחנות הטהורים און עוסק זיין בתורה אינעם נייעם ריזן היכל התורה. 



תגובות


bottom of page