top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

איבער א האלבן מיליאן געשאפן ביי רייכע מלוה מלכה צום גמר המקח פון נייעם ביהמ"ד תולדות יעקב יוסף סקווירא אין וומסב''ג

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

נאכפאלגנדיג דעם מוצלח'דיגע מקח וואס איז געשלאסן געווארן אויף דעם בנין מפואר אין די געגנט פון ניי-וויליאמסבורג, וואו עס וועט אי"ה איינקווארטירט ווערן דער ביהמ"ד תולדות יעקב יוסף דחסידי סקווירא המכונה דער 'ספענסער שטיבל', מרחיב דעתם צו זיין פון די פילצאליגע מתפללים ולומדי ביהמ"ד, תושבי השכונה, איז דעם מוצאי שבת אפגעהאלטן געווארן א הערליכע עלעגאנטע מלוה מלכה און מעמד היסוד צו שאפן די נויטיגע סכומים צו קענען גומר זיין דעם מקח בכי טוב. ס'איז פארגעקומען אויף איינע פון די שיינע פארטשעס בחוצות וויליאמסבורג, וואו א גאר רייכע פראגראם איז געווען צוגעשטעלט, און עס איז סערווירט געווארן א ברייטע סעודת מלוה מלכה כיד המלך. בראש המסובים האט באשיינט הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען מדברותיו און איבערגעגעבן א שמועס בעניני צדקה. אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' מרדכי שיף שליט"א, רב בית המדרש איגוד אברכים אין בארא פארק, און באזונדער האט מען געהערט די פרטים איבער די טעכנישע חלקים פונעם מקח און די פלענער אויף ווייטער דורך די חשוב'ע עסקני הבית המדרש.

דער ציבור האט זיך אנגערופן מיט גאר ווארימע סכומים, העכער אלע ערווארטונגען, ווען אין לויף פון די נאכט איז אריינגעקומען די פאנטאסטישע סומע פון איבער א האלבע מיליאן דאלאר. די חסידים האבן געהאט די געלעגנהייט דורכצוגיין איבערצוגעבן די נתינות פאר הרה"צ רבי יצחק שליט"א, און די נדיבים וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט אכצן טויזנט דאלאר און ארויף האבן געהאלטן א ווערטפולע מתנת קודש. אצינד קוקן די עסקנים ארויס צו קענען אט אט גומר זיין דעם מקח, און אינצווישן ווערן דורכגעפירט די נויטיגע רענאוואציעס אהערצושטעלן דעם בנין לשם ולתפארת מיט א שיינעם גרויסן היכל בית המדרש, חדרי תפלה, עזרת נשים, א פראכטפולע מקוה, א בית הוראה, און אלע אנדערע איינריכטונגען, האפנטליך צו קענען אויף דעם קומענדיגן יאר תשפ"ח זיך קובע מקום זיין אין דעם נייעם בית המדרש. 



תגובות


bottom of page