top of page
ישועה ורחמים: האד' מטשערנאביל וועט אונטערנעמען ערשטמאליגער מסע קודש קיין קעשינוב, מאלדאווע
דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט א רגש התעוררות גרייטן זיך חסידי טשערנאביל צו א געהויבענע נסיעה וואס כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועט אונטערנעמען די קומעדניגע וואך צום שטאט קעשענוב מאלדאווע, וואו דער רבי וועט דאס ערשטע מאל פוקד צו זיין דעם ציון הק' פונעם זיידן הרה"ק הרה"ק רבי יחיאל מקרילאוויץ זי"ע, בעצם יומא דהילולא ט' תמוז. דאס קומט נאכדעם וואס מיט עטליכע יאר צוריק האט דער רבי שליט"א געבעטן די עסקנים זיך אריינצולייגן און איבערפרישן דעם מקום הציון און מצבה


בני ברק: טייערע זילבערווארג געגנב'ט פון טשערנאבילער רבינס צימער ביי געוואגטע רויבעריי אין ביהמ"ד הגדול טשערנאביל
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אן ערנסטע רויבעריי האט זיך אפגעשפילט נעכטן דינסטאג אינמיטן נאכט אינעם בית המדרש הגדול טשערנאביל אויף רחוב חבקוק אין בני ברק, וואו געשולטע פארברעכער האבן זיך איינגעבראכן לחדרו הפרטי פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א און בארויבט ווערדפולע זילבערווארג וואס ווערט באנוצט ביי די שולחנות הטהורים מדי שבת בשבתו, אין ווערד פון צענדליגע טויזנטער שקלים. ווי עס שטעלט זיך ארויס פון די ערשטע אויספארשונגען און די זיכערהייט קאמערעס, זענען די פארברע


היסטאריע אין טשערנאביל: האד' מטשערנאביל וועט פראווענען ערשטמאליגע שבת מיט נגידים ביים כותל המערבי
דינסטאג פ' נשא א' • ג' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש התרגשות דקדושה נעמט ארום חסידי טשערנאביל נדיבי עם קודש ערהאלטנדיג די פריידיגע מודעה איבער א ערשטמאליגע היסטארישע שבת מרומם 'לב ירושלים' וואס כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועט פראווען די קומעדיגע שבת קודש פרשת קורח בקרתא דשופריא, ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי אשר משם לא זזה שכינה מעולם. דער שבת וועט זיין געווידמעט לטובת די מקח פארן ביהמ"ד דחסידי טשערנאביל אין ירושלים אונטער די הנהגה פונעם רבינס זון הרה''צ רבי אהרן טווערסקי


התייסדות פון נייע ישיבה גדולה טשערנאביל אין בית שמש; הרה"ג ר' אברהם מרדכי אלתר שליט"א אויפגענומען אלס ראש ישיבה
מאנטאג פ' נשא א' • ב' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט איבערראשנדע שמחת התורה ווערט אויפגענומען בעולם הישיבות די בשורה מרנינה איבער די עפענונג פון א נייע ישיבה גדולה דחסידי טשערנאביל, וואס וועט עפענען אירע טויערן אין שטאט בית שמש, תחת נשיאותו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א. אין די לעצטערע יארן האט דער נשיא הישיבה דער טשערנאבלער רבי מרחיב געווען די גבולי הקדושה מיט'ן מייסד זיין א נייע ישיבה קטנה, אין עיר החסידות בית שמש, וואס איז אויך שנעל אויסגעשטיגן אלס ישיבה נאה ומפו


bottom of page
