היסטארישער מעמד "ויאתיו כל" אין טשערנאביל: קרוב צו 25 מיליאן שקל געשאפן לטובת איבערבוי פון ביהמ"ד הגדול
דינסטאג פרשת תולדות • ל' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

א זעלטענער כינוס "ויאתיו כל" האט דעם זונטאג פאראייניגט עדת חסידי טשערנאביל, וועלכע זענען זיך צונויפגעקומען בשכם אחד, לטובת די איבערבוי פראיעקט פונעם ביהמ"ד הגדול טשערנאביל אין בני ברק, בית מדרשו של רבי, וואס איז אפגעראכטן געווארן אין די גיגאנטישע די סיטי פעסטונג אין מעלה אדומים בגלילות ירושלים, אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א.
צווישן דעם פלייץ פון משתתפים ביים מעמד האט זיך ספעציעל אנגעזעהן א גרעסערע קבוצה חסידים פון חוץ לארץ, וועלכע זענען געקומען צו פארן מהתם להכא דירעקט צום כינוס הגדול, און שוין אויף שבת קודש האט זיך אנגעזען א צאל געסט וואס זענען אנגעקומען צום מעמד.
אין א באזונדערע באגריסענע שריט איז דער גאנצער מעמד געפירט געווארן ריין על טהרת הקודש אן קיין שום ווידיאו סקרינס, א שריט וואס האט אויסגערופן א גרויסע קידוש השם, און אפילו די ממונים וועלכע האבן פארפיגט אויפן גרויסן כינוס האבן אויסגעדריקט זייער התרגשות זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס זיי האלטן מיט א פארזאמלונג אן קיין שום ווידיאו סקרינס און דאס גלייכן.
בשעה 6:15 נאכמיטאג איז געעפנט געווארן די פארצימערן פונעם פעסטונג, ווי עס איז געווען פאכמאניש אויסגעשטעלט א זעלטן היסטארישע קאלעקציע פון חפצי ירושה מעזבונו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצוק"ל, און פון אנדערע צדיקים וקדושים זי"ע, פון וואס דער ציבור איז גאר שטארק באגייסטערט געווארן. ספעציעל האט ארויסגעשיינט דעם גאר ווערדפולן ספר הצורף וואס דער טשערנבילער רבי זצ"ל האט ארויפגעברענגט פון רוסלאנד ביים צווייטן וועלט קריג.
7:15 נאכמיטאג איז די טויערן פון די גיגאנטישע "סיטי פעסטונג" געעפנט געווארן פארן ברייטן ציבור, ווי דער זאל איז בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן מיט אירע העכער טויזנט זיץ ערטער זייענדיג אויסגעשטעלט אויף א געניאלן הערליכן פארנעם.
מיט תפלת מנחה איז מכובד געווארן דער באקאנטער מגיד ומשמח אלקים ואנשים הרב ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן, וואס איז ספעציעל געקומען צופארן אנצופירן אלס יושב ראש המעמד.
די באקאנטע "מלכות קאפעליע" און שפיץ פונעם בעל מנגן הר"ר יעקב דאסקאל הי"ו האבן אנגעפירט דעם נאכט מיט הערליכע מוזיקאלישע פארשטעלונגען, אראפזינגענדיג ניגוני קודש און נוסחאות פונעם גאנצן מעגל השנה, וועלכע האט אריינגעברענגט דעם ציבור אין א זעלטענע ספעציעלע אטמאספערע.
הר"ר נתן אולעך הי"ו דער בריח התיכון פון דעם פראיעקט האט פארגעשטעלט די פלענער פון די קומענדיגע 17 חדשים משלים צו זיין דעם גאנצן ביהמ"ד, אויב די ערווארטעטע סכומים ווערט טאקע פארווירקליכט ביי די האנט נאכט'יגע מעמד. א שיינע דרשה איז געהערט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם שלמה איינהארן הי"ו יו"ר ועד קרן הבנין וואס איז ספעציעל געקומען צופארן פון ניו יארק צו אדרעסירן די מעמד.
אלס נואם הכבוד האט געדינט הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א וועלכער האט געהאלטן דעם ציבור געשפאנט מיט הערליכע פערל רייד בגודל החשיבות אוועקצושטעלן א בית גדול לה' אלקי ישראל.
דערנאך האט מען מיטגעהאטן א שיינעם מוזיקאלישע פארשטעלונג באזירט אויפן פסוק אין פרשת וירא "תן לי הנפש והרכוש קח לך" ווי עס איז הערליך ארויסגעברענגט געווארן די גרויסקייט פון זיך לאזן קאסטן אויפצובויען א בית מקדש מעט.
מיט כבוד וברגשי קודש האט מען מקבל געווען את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א מיטן ניגון אשרינו מה טוב חלקנו ומה נעים גורלנו, און העסקן הרב ר' ישראל פרוש שליט"א האט ארויסגערופן צוערשט די נדיבים בעם וועלכע האבן בייגעשטייערט 150 טויזנט שקל, צו באקומען מידיו הטהורות פונעם רבי'ן שליט"א א טערקישע טלית מיט א הערליכע טלית בייטל.
אלע נדיבים וואס האבן בייגעשטייערט פון 28 טויזנט שקל און ארויף זענען אריבער אל מול פני הקודש און פערזענליך ערהאלטן א ברכת הקודש געשריבן געווארן ונחתם בטבעת המלך דורכן רבי'ן שליט"א, זייענדיג א זעלענהייט נאכדעם וואס דער רבי שרייבט כמעט קיינמאל נישט אונטער קיין מכתבי קודש. דער מכתב קודש ליינט זיך כהאי לישנא: "יזכה בונה הבית הגדול לכל הברכות וכל הישועות, גוטע קינדער אריכות ימים ושנים טובות א גרויסע שפע, המברך בזכות אבותי הקדושים", און דער רבי האט גע'חתמ'ט דערויף חתימת יד קדשו.
אלע אנדערע משתתפים וועלכע האבן בייגעשטייערט נדבות אונטער די סכום פון 28 טויזנט שקל האבן אויך ערהאלטן דעם מכתב קודש, וואו דער רבי האט געשטעלט א שליח זאל חתמ'נען דערויף, אזוי ווי דער רבי איז זיך געווענליך נוהג אז ער בעט א צווייטן זאל חתמ'נען אויף זיינע מכתבים, זייענדיג גאר זעלטן אז דער רבי זאל אליינס חתמ'נען אויף א בריוו.
די מעמד הגדול האט זיך געשלאסן מיט אומגעהוירע סוקסעס ווען עס איז געשאפן געווארן די פאנטאסטישע סומע פון קרוב צו 25 מיליאן שקל צווישן די משתתפים.































































תגובות